אזוי ווי די ימי הרחמים והרצון ממשמשים ובאים, וואלט געווען כדי אז ווער עס האט א טעיפ, אדער א סי די, פון די נוסח פון די ימים נוראים, צי שחרית צי מוסף צי נעילה, כל נדרי, זאל דאס ביטע ארויף לייגן און מזכה זיין דאס רבים און זכות הרבים תלוי בו. און אויך ווער עס האט א טעיפ פון א געוויסע אדמו"ר, רבי, מנהיג, וואס עס איז אפגעכאפט בשעת התפילה, זאל דאס אויך ביטע ארויף לייגן יישר כח למפרע.
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען. ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן. איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה, ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיטר' שמחה...
שואב מים, איך האב אין מיין קאלעקציע בערך 50 נוסחאות פון פארשידענע בעלי תפלה. אויף כל נדרי, מוסף און נאך. איך מין אז א גרויס חלק דערפון קומט פון ובלכתך, וועלכע האט ערצייגט א גוטע MP3 סי די. רוב פון די בעלי תפלה קען איך נישט. למשל: משה אדלער אליעזר פישער אברהם לעווי יושע ווידער אלי' ליפסקער מאיר ברוך קאהן פרץ לעפקאוויטש יואל סופר אברהם נחומסאן צבי ווייס גאלדשטיין גאנז פעלבערבוים אנפאנג זידטשויב מאטע סאלקע מאטיאש אפרים קאהן ר' שאול הוטערער ז"ל יואל אדלער יוסף כץ צבי הערץ אברהם גאלד
ועוד ועוד ועוד. פארשטייסט אליין אז ס'איז נישט פראקטיש צו שיקן אזויפיל סחורה אויב דו ווייסט עמיצן וועמען די זוכט ספעציעל, וועל איך זיך פרובירן און עס ארויפלייגן.
פון מאיר ברוך האב איך א באזונדערע אלבום. א שטיקל פון א' סליחות בערך 25 מינוט און זיין מוסף בעצם ראש השנה, איבער א שטונדע. (רעקארדירט געווארן אין יום טוב דורך א רעמאוט).
א גרויסן יישר כח יודע הכל איך העט געוואלט די סאטמערע נוסח, אין אויך די גאנצע מאיר ברוך
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען. ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן. איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה, ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיטר' שמחה...
פרץ לעפקאוויטש: איז גוט ווער ס'האט א געפיל צו ר' פרץ, די אידן וואס האבן אים געהערט דאווענען און גלייכן אים וועט ר' פרץ'נס טעיפ דערמאנען גוטע זכרונות
יואל סופר: דאס איז בן אב"ד באנוס איירעס, נוסק עקשטיין
אברהם נחומסאן: ???? נישט געהערט
צבי ווייס: אויב דאס איז ר' הערשל שו"ב, איז דאס נוסח סאטמאר
גאלדשטיין: ???? נישט געהערט
גאנז ???? נישט געהערט
פעלבערבוים: איז ר' דוד פעלבערבוים ז"ל, א קאסינע חסיד, נוסח קאסעני,
אנפאנג ???? נישט געהערט
זידטשויב: איז ר' שלו' זדוטשובער, גאנץ שיינע זדוטשובער תנועות, אינטרעסאנט פאר די אידן וואס האבן אין געהערט דאווענען פסוקי דזמרא אין סאטמאר און ווילן זיך דערמאנען זכרונות פון יענע יארן
מאטיאש ר' אברהם מרדכי מאטיאש פון וומ"ס, נישט אינטרעסאנט
אפרים קאהן ???? נישט געהערט
ר' שאול הוטערער ז"ל נוסח באבוב, און אויך אייגענע תנועות, ווער עס האט א געפיל פאר ר' שאול איז דאס גאר ווערטפול
הרב שמאץ אפשר קענט איר מזכה זיין דעם חשובן עולם מיטן ארויף לייגן עפעס נוסחות
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען. ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן. איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה, ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיטר' שמחה...
זידטשויב: איז ר' שלו' זדוטשובער, גאנץ שיינע זדוטשובער תנועות, אינטרעסאנט פאר די אידן וואס האבן אין געהערט דאווענען פסוקי דזמרא אין סאטמאר און ווילן זיך דערמאנען זכרונות פון יענע יארן
גוט געזאגט..
אגב, כ'ווייס נישט צו ס'איז אויסגעהאלטן להלכה ארויפצולייגן דא די טעיפס, ובלכתך בדרך שרייבט COPYRIGHT.
איך טריי ארויף צו לייגן א ביסל נוסחות אבער עס זאגט אז מען קען נישט לייגן MP3 קען איינער העלפן
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען. ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן. איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה, ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיטר' שמחה...
הרב 1 ער הייסט מאיר ברוך און נישט חיים ברוך 2 פארוואס נישט וואס א חילוק ווען ער האט דאס אריינגעזאגט עס איז אויך דא פון הרה"ק מהר"י ט"ב כל נדרי תשי"ט
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען. ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן. איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה, ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיטר' שמחה...
דאס איז כמעט זיכער כ"ק אדמו"ר מניקלושבורג שליט"א ער פירט זיך דאס צו זאגן פורים ביים טיש כן נראה לי לפענ"ד בדרך אגב האט ער א האטליין ווי מען קען מיט האלטן אלע דברות קודש און נגונים די נומבער איז 7187056060 הערטס אין האטס הנאה
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען. ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן. איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה, ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיטר' שמחה...
שווארץ - איז דא נאך א בעל תפילה ר' חיים שלום שווארץ ע"ה (נפטר געווארן א צוויי יאר צוריק בערך). איך האב געהערט זיין טעיפ, און פרובירט נאכצוזינגן זיינע תנועות ווען איך האב איין יאר געדאווענט איין שחרית פארן עמוד.