רבי אהרן משה לייפער זצ״ל - אדמו״ר מחוסט - י”ז טבת תשנ”א
רבי אהרן משה לייפער זצ״ל
אדמו״ר מחוסט [/align]
איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי שמואל שמעלקי, בהרה״ק רבי ישראל יעקב, בהרה״ק המפורסם רבי מרדכי מנדבורנא זצ״ל.
ביום י״ט כסלו שנת תרס״ו אין די שטאט האלמין.
ער האט געלערנט אין די ישיבה פון הגה״צ רבי יעקב שלום קליין זצ״ל אב״ד ור״מ האלמין. ושׁם שׂם לילות כימים בתורה ובעבודת ה׳.
ער איז געווען שטארק חביב און מקורב ביי זיין זיידען הרה״ק רבי ישראל יעקב וואס האט אים ארויסגעוויזן א ספיציעלע קירבות און חיבה יתירה. עדי כדי כך אז איינמאל איז ער געפארן מיטן זיידען אויף א שבת קיין לאפוש האט אים דער מכבד געווען צו זאגן תורה אנשטאט אים ווען ער איז אלט געווען נאר זיבעצן יאר, און בעת ווען עס איז דארט געזיצן איינע פון רבי ישראל יעקב׳ס זון.
פאר די פטירה האט ער געבענטש דעם אייניקל שברכותיו הק׳ יעשו פירות להמברכים, וכן היה.
נאך די פטירה פון זיין זיידן איז ער אריבער וואוינען צוזאמען מיט זיין טאטן קיין חוסט ווי דער טאטע רבי שמואל שמעלקי האט איבערגענומען דאס אדמורת בבית מדרשו בחוסט, ער האט דארט געגרינדעט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר די בחורי חמד און ער אליינס האט ווייטער ממשיך געווען בהתמדת התורה ובעבודה.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ פעריל בת הרה״ק רבי פינחס שלום מסקאליע זצ״ל, גלייך נאך זיין חתונה איז זיין טאטע נפטר געווארן און ער האט איבערגענומען דעם הנהגת אדמורת שם.
קודם האט ער מסרב געווען זייענדיג ממש נאך די חתונה אין א יונגערמאן, איז ער געפארן צום ציון פון זיינע אבות אין בושטינא (וואס איז נישט ווייט פון חוסט, עס ליגן אלע אין איין אוהל, זקינו הק׳ די רבי ר׳ מרדכי׳לע און דער זיידע רי״י און זיין טאטע רש״ש) און געבעטן ביין זיידן עפעס א רמז קל אויב מן השמים וויל מען ער זאל אנעמען די אדמורת, צוויי וואכן נאכן מתפלל זיין על ציונם הק׳ האט זיך געמאכט אז א איד וואס האט נאך געקענט דעם רבי ר׳ מרדכי׳לע זצ״ל איז געקומען צו גיין פון א דערנעבענדיגען דארף אז זיין טאכטער דארף א ישועה און זי האט פארציילט אז זי האט געזהן אין חלום אן אלטער איד און אויסגעמשלט האט געהאט אזוי שורות שורת אויף זיין בארד (רבי מרדכילי האט געהאט אכצן שורת אויף זיין דיוקנא דקדושה) און ער זאגט איר אויב זי וויל א רפואה זאל זי גיין צו זיין אייניקל וואס איז נארוואס א רבי געווארן דא נישט ווייט אין חוסט און אזוי וועט זי געהאלפן ווערן. אזוי האט ער געזהן אז מהאט אים געשיקט דעם רמז מן השמים האט ער אנגעהויבן פירן באדמורת און פילע אידן זענען געקומען לפתחו ולבית מדרשו.
נאך דריי יאר זייענדיג אין חוסט האט ער געמוזט אנטלויפן צוליב מיליטער, דאן האט ער זיך געצויגן קיין בודאפעסט ווי ער איז פארבליבן ביז נאכן קריג, מיטמאכענדיג כמה וכמה צרות ושיעובד ביי די רשעים אבער ברוב רחמיו האט ער איבערגעלעבט דעם קריג מיט אלע זיינע קינדער.
אדר תש״ז איז ער אנגעקומען קיין נוי יארק און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, פון דארט איז אריבער קיין קליוולאנד ווי ער פראבירט צו באיינפלוסן די פרייע אידן זיי אריינצוברענגן תחת כנפי השכינה, אבער סיז געווען א שווער פעלד און ער האט געזעהן אז סיז עבדותו הולכת לטמיון, איז ער צוריק קיין נוי יארק, לבענסנהורסט, ומבענסנהורסט לקראון הייטס, וסוף וסוף הגיע לעיר בארא פארק ווי ער האט געהאט זיין הויף פאר פיר אין צוואנציג יאר עד פטירתו.
דער חוסטער רבי האט זיך געפירט מיט א געוואלדיגע ענווה יתירה ושפלות רוח וואס האט ארויסגעשיינט מער ווי אלע זיינע מעלות, סיי פון זיין בקיאות בתורה בש״ס ופוסקים און סיי זיין ידיעה אין חסידישע ספרים וואס ער האט געקענט אויף אויסעווייניג, אפי׳ זיין דאווענען וואס איז געווען באש קודש ובדביקות עצומה ובאמירה נעימה, אבער אויסערליך האט מען נישט געזהן קיין באזונדערע תניעות שונות נאר אלעס האט ער געטון מיט א איינגעהאלטענקייט פון אינדרויסן.
דעם חוסטער רבינס צוגאנג צו א מצוה איז געווען מיט א געוואלדיגע חביבת המצוה סיי די הכנה למצוה סיי די מצוה אליינס און אזוי אויך די קאסטן פאר א מצוה איז געווען אזאך וואס ער האט אויסגעגעבן אלעס וויפיל ער האט געהאט, אזוי אויך די מצות צדקה איז געווען ביי אים חביב מאוד קיין געלט איז ביי אים נישט פארבליבן
אלעס האט ער פארטיילט פאר נצרכים.
נסתלק ביום י״ז טבת שנת תשנ״א
והובא למנוחה לארה״ק על הר הזתים סמוך לאוהל של האדמו״ר הזקן רבי איתמר מנדבורנא זצ״ל
בניו: הגה״צ רבי שמואל שמעלקי לייפער שליט״א - אדמו״ר מחוסט
הגה״צ רבי ברוך פנחס שליט״א - אדמו״ר מחוסט ארה״ק
חתניו: הרב יצחק טייטלבוים מנכדי הישמח משה
הגה״צ רבי בנימין שיק ז״ל בן הגה״צ רבי מנחם זאב שיק זצ״ל - מטאקאי
- אטעטשמענטס
-
- פָּנֶיךָ הָאֵר בְּעַבְדֶּךָ - חוסטער רבי זצ״ל
- RenderedContent-E2DD6E92-8B6E-4E32-AA1C-1624B1BDC80D.JPG (126.12 KiB) געזען 4444 מאל