ווי יעדער זעט איז געקומען די שמועה לא טובה, איבער די פטירה פון הרב שטיינמאן פון בני ברק. היות דער מענטש איז - טראץ זיין גרויסקייט בתורה ויראה - זייער א קאנטערווערסיאלער פיגור אין דעם עולם היהדות, און אז עס זענען דא וואס האלטן פון אים עולם ומלואה, זענען דא אנדערע וואס האלטן פונקט פארקערט און נאך מער. און צו אונזער גוט מזל, האבן מיר - לויט ווי מיר האבן געזען אין די עבר - פון ביידע צדדים דא אין אונזערע פארומס.
די גמרא זאגט אין בבא בתרא "לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו שמתוך טובתו בא לידי רעתו" און אזוי אויך דער רמב"ם אין הלכות דעות, און דער רבינו יונה אויף משלי, און ווי אויך אלע שפעטערדיגע ספרי מוסר ווארענען נישט צו רעדן פון א מענטשן'ס שבח, כדי נישט צוצוקומען צו רעדן פון יענעמ'ס גנאי.
אלזא מיט פארשטענדעניש פונ'ם ציבור, וועלן מיר נישט לאזן שרייבן בשבחו, כדי עס זאל נישט צוקומען אז אנדערע זאלן שרייבן בגנות פון הרב שטיינמאן. צי איז דאס פון חסידים וואס זענען קעגן די ליטווישע גדולים, צי איז דאס פון קנאים. יעדער מיט זיינע טענות, און צומאל אפשר ריכטיגע. און פון די אנדערע זייט וועלן זיין בעניצערס וואס וועלן ווערן אנגעווייטאגט אויף דעם. וועלן מיר נישט צולאזן קיין שום שבח, און קיין שום גנאי.
די נאמען מיט די טיטול הגאון, אדער הרה"ג און ז"ל אדער זצ"ל, און ווי אויך טרוקענע נייעס פון די לוי' און די הספדים (נישט די תוכן, פארשטייט זיך) וועלן יא אפראווד ווערן; און מיר וועלן פרובירן דאס צו מאשר זיין דאס שנעלסטע וואס שייך.
יעדע אנדערע סארט הערכה אדער תגובה סיי וואו אויפ'ן וועלטל, וועט באלד פארמעקט ווערן אן קיין טענות ומענות.
היערכות מיוחדת לקראת הלוויה שלא נראתה בהיקפה מפטירת מרן הרב וואזנר זצוק"ל. יש צורך לסיים מוקדם עקב הצורך לאפשר לציבור להדליק נרות חנוכה לפני השקיעה. הנושא נבדק כעת מול גדולי הדור שליטא.
מרן זצוק"ל הותיר אחריו את שלושת ילדיו:רבי משה,ר"מ בישיבת עטרת שלמה;רבי שרגא,ראש ישיבת קהילות יעקב לצעירים בבני ברק וחתנו של מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי; הרבנית טובה, אשת הגאון רבי דב שפירא, ראש ישיבת יד הלוי בירושלים.
לפני כשבועיים נפטרה באורח פתאומי בתו הבכורה של מרן ראש הישיבה זצוק"ל, הרבנית רחל דבורה ברלין, אשת הגאון רבי זאב ברלין, ראש ומייסד ישיבת 'גאון יעקב', כשהיא בגיל 72.
1. מרת רחל דבורה ע"ה אשת הרב זאב בערלין שליט"א ר"י 'גאון יעקב' בבני ברק (זי איז אוועק 2 וואכן צוריק) 2. הרב משה שליט"א ר"מ בישיבת 'עטרת שלמה' (חתן הרב ישראל אשר וואלעס חתן המגיד רבי בן ציון יאדלער זצ"ל) 3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק) 4. מרת טובה צפורה תחי' אשת הרב דוב שפירא שליט"א ר"י 'יד הלוי' בירושלים
טריסקער האט געשריבן:
3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)
דער ראש ישיבה זצוק"ל האט געלזאט א צוואה ס'זאל נישט נעמען 6 שעה פון זיין פטירה ביז נאכ'ן קבורה, און קיין שום הספד נישט בפניו און נישט שלא בפניו. [אינטרעסאנט צו מ'גייט די חלק פאלגן].
טריסקער האט געשריבן:
3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)
[align=center]הגאון הגדול מגדולי התורה וראשי ישיבה חו״פ רבי אהרן יהודה לייב (הגראי״ל) שטיינמאן זצ״ל[/align]
נולד בי״ד חשון בשנת תרע״ד לפ״ק לאביו הרב ר׳ נח צבי ולאמו גיטל פייגא ע״ה בעיירה בקמניץ ווי זיין זיידע אבי אמו האט געוואוינט.
זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין בריסק בשעתו ווען הגאון רבי וועלוועל מבריסק האט געדינט אלס רב, זיין טאטע איז געווען א מלמד און שמש אין בריסק.
און די יונגע יארן האט ער געלערענט און ישיבת תורת חסד דארט אין בריסק, ביי הגאונים רבי משה סוקולובסקי ורבי אברהם יעקב גארדאן זצ״ל. און שפעטער איז די ישיבה געפירט געווארן דורך הגאון רבי ישראל חיים קפלאן זצ״ל
אין בריסק איז ער געווען נאנט מיט די קינדער פונעם בריסקער רב הגאונים רבי יוסף דוב ויבלחט״א רבי דוד שליט״א ער פלעגט לערנען מיט זיי בחברותא און צומאל פלעגט אים דער בריסקער רב פארהערן צוזאמען מיט זיינע קינדער
בקיץ תרצ״ז צוליב דעם פראבלעם פון מיליטער איז ער געגאנגען קיין שווייץ לערנען אין די ישיבה און מאנטרעי מיט נאך חברים אייניקלך פונעם בריסקער רב.