תפילה לעתיד לבא בב"א

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

תפילה לעתיד לבא בב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אזויווי מיר שטייען שוין גאר נאנט צום זמן הגאולה ווען די בית המקדש וועט נתחדש ווערן מיט אלע קרבנות און עבודות הקודש במהרה בימינו. וואלט כדאי געווען אויסצושמועסן דער ענין פון תפילה וואס מיר בעטן יעדן טאג על ירושלים ועל צרות ישראל בגולה, צי וועט מען ווייטער דאווענען די זעלביגע תפילות, צי וועלן די תפילות איבערגעמאכט ווערן, צי וועט תפילה בכלל בטל ווערן ווייל ס'יז כנגד קרבנות תוקנו.

בעצם זענען אומצאליגע תפלות מתקן געווארן צוליבן גלות בעטנדיג אויף די גאולה. רוב ברכות יוצר און שמו"ע בעטן אויף די גאולה. סיי בימות החול צי שבת יו"ט (די מיטלסטע ברכת) און כ"ש ר"ה ויו"כ וואס דאן איז די גאנצע דאווענען געשטעלט אויף תיקון חטאים און בעטן אויף ירושלים עיה"ק.

איך קען נישט טראכטן אז בזמן הגאולה וועט מען אויפשטיין און גלייך עסן פרישטאג... איי איי וואסערע טעם וועט די טונא סענדויטש האבן אומגעדאווענט? במהרה יבנה המקדש ויאמרו אישתקד וכו'. חז"ל האבן שוין חושש געווען דערויף...


אין מיין אינג אומערפארן לעבן האב איך דערווייל נישט באגעגענט עפעס עמיצן וואס זאל רעדן דערפון. אויף דער מאמענט ליגט מיר נישט גארנישט אין די מילצן. איין זאך וואס איך געדענק א דרשה פון הרה"ג רמ"מ טירנויער בעפאר תשעה באב האט ער געזאגט, דער הייליגער ספר איכה וואס ירמיה האט געשריבן בנבואה דאס איז תורה שלימה און ס'וועט חלילה נישט בטל ווערן אפילו משיח קומט, מען וועט ווייטער לערנען די זעלבע פסוקים נאר מיט אן אנדער ניגון..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

לכאורה, במשכל ראשון, פארן אריינטראכטן אפילו איין סעקונדע
ענטפער איך אזוי,
עס איז דא א חיוב תפלה יעדן טאג, די רבנן האבן געזעהן א ירידת הדורות האבן זיי אוועקגעשטעלט א נוסח התפלה, וואס דער נוסח התפלה זאל מען דאווענען.

ווען משיח גייט קומען, גייט דאך זיין א עולם התיקון, ממילא גייט מען צוריקגיין צום אלטן,

נאכאמאל פאר איינער קריטיקירט, דאס איז אומגעטראכט....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דאס אליין איז נישט קלאר צי מ'וועט בכלל עסן אדער שלאפן ווען משיח וועט קומען.
און רעדט מען דא פון ימות המשיח אדער פון עולם הבא אדער פון די 2000 דורות אינדערמיט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אלס ווייסער;
ווער רעדט דא פון עסן אדער שלאפן?
און פארוואס זאל מען נישט עסן און שלאפן ווען משיח וועט קומען?
מקור?

ימות המשיח איז נישט עולם הבא.
ימות המשיח אדער לעתיד לבא מיינט אלס לאחר ביאת משיח.
עולם הבא מיינט יענע וועלט נאכן שטארבן אין גן העדן.

און וואס זענען די 2000 דורות אינדערמיט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אנטשולדיגט הרב שוועמל

דאס וואס דו זאגסט אז עולם הבא איז גן העדן, אז נישט פונקט אזוי. אודאי איז דא א געטועכטס אין די ראשונים וואס עס וועט זיין בעולם הבא, [צו עס וועט זיין נאך ימות המשיח, צו ימות המשיח אליין, וכו', צו עס וועט זיין אכילה ושתיה אדער נישט, וכו', צו עס וועט זיין מיט אדער אן די נשמה, וכו', ועוד] אבער דאס איז זיכער אז גן עדן פון דו רעדסט איז נאר אזוי ווי א ווארט זאל צום ריכטיגן עולם הבא, און ווערט גערופן "עולם הנשמות". מער בפרטיות עיין בספר דרך ה' לרמח"ל, ולענין ימות המשיח ועולם הבא, עיין בספר יד רמה על מס' סנהדרין שהדפיסו בסופו מכתבי הראשונים חילוקי דעות בענין זה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אינטעליגענט ביסט גערעכט

איך האב איבערגעלערנט דעם רמבם אין חלק, עולם הבא מיינט לאחר ימות המשיח - וואס דאן וועט דער מענטש צוקומען לתכלית השלמות להנות מזיו השכינה וואס דאס איז א תענוג רוחני שאין להצטייר. ווידער ימות המשיח וועט זיין א תקופה לאחר ביאת מלך המשיח וואס מיר וועלן צוריקגיין צו אר"י מיט ניסים עצומים וע"ז אמרו חז"ל אין בין עוה"ז ליה"מ אלע שעבוד מלכיות בלבד.

אין א כראנאלאגישן סדר:
גן עדן = נאכן שטארבן לקבל שכר על עשיית המצוות, עסן טרינקען והנאות גופניות .
ימות המשיח = לעתיד לבא לאחר ביאת משיח ונשוב לאר"י, עסן טרינקען והנאת גופניות כדי לעשות המצוות בשלימות הראוי להתכונן לחיי העולם הבא. דאן וועט זיין תחיית המתים אין עטליכע צייטן.
עולם הבא = לאחר השלמת הנפש בימות המשיח נזכה כולנו להנות מזיו השכינה, כולו תענוג רוחני, ללא שום הנאה גשמית, וזהו התכלית האמיתית לנפש להגיע, וע"ז אמרו כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא. ובגמרא אמרו כל הנביאים לא נתנבאו אלא לימות המשיח בלבד, אבל העולם הבא אין לא ראתה אלקים זולתיך !

עכ"פ אסך זאכן אין דעם רמבם זענען נאכנישט קלאר, און דער רמבם אליינס פירט אויס מען זאל עס איבערלערנען צענדליגער מאל. איך גלויב אז ס'יז פול טיפער פון וואס ס'שטייט דארט. דער רמח"ל זאגט אנדערש ווי דער רמבם מיט פארשידענע זאכן, איך דארף עס איבערלערנען.

הרחמן הוא יזכנו לימות המשיחולחיי העולם הבא.


צוריק צום נושא:
לויט דעם רמב"ם קומט מיר אויס אז איה"נ בימות המשיח וועט מען ווייטער דאווענען און לערנען און טון מצוות מיט אלע גשמיותדיגע ענינים. מסתם וועט מען משנה זיין דעם נוסח התפילה צו בעטן אויף תחיית המתים [באלף השביעי או באלף העשירי] מיט עולם הבא.
אבער שפעטער ווען מען וועט זוכה זיין לעולם הבא וועט מען דאן האבן בלויז די געוואלדיגע הנאה להנות מזיו השכינה אלס די גרעסטע שכר וואס א נשמה קען קריגן, (ברכות יז:) צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה ויהי חלקינו עמהם אמן.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום זונטאג אקטאבער 05, 2008 1:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך זעה ווי דער נושא פארקריכט פונע שורש, וויל איך צוריק קומען צום ראש האשכול איבר וואס מען גייט דאוווענען נאכן גאולה שלימה

שוועמל האט געשריבן: אזויווי מיר שטייען שוין גאר נאנט צום זמן הגאולה ווען די בית המקדש וועט נתחדש ווערן מיט אלע קרבנות און עבודות הקודש במהרה בימינו. וואלט כדאי געווען אויסצושמועסן דער ענין פון תפילה וואס מיר בעטן יעדן טאג על ירושלים ועל צרות ישראל בגולה, צי וועט מען ווייטער דאווענען די זעלביגע תפילות, צי וועלן די תפילות איבערגעמאכט ווערן, צי וועט תפילה בכלל בטל ווערן ווייל ס'יז כנגד קרבנות תוקנו.

בעצם זענען אומצאליגע תפלות מתקן געווארן צוליבן גלות בעטנדיג אויף די גאולה. רוב ברכות יוצר און שמו"ע בעטן אויף די גאולה. סיי בימות החול צי שבת יו"ט (די מיטלסטע ברכת) און כ"ש ר"ה ויו"כ וואס דאן איז די גאנצע דאווענען געשטעלט אויף תיקון חטאים און בעטן אויף ירושלים עיה"ק.

איך קען נישט טראכטן אז בזמן הגאולה וועט מען אויפשטיין און גלייך עסן פרישטאג... איי איי וואסערע טעם וועט די טונא סענדויטש האבן אומגעדאווענט? במהרה יבנה המקדש ויאמרו אישתקד וכו'. חז"ל האבן שוין חושש געווען דערויף...


אין מיין אינג אומערפארן לעבן האב איך דערווייל נישט באגעגענט עפעס עמיצן וואס זאל רעדן דערפון. אויף דער מאמענט ליגט מיר נישט גארנישט אין די מילצן. איין זאך וואס איך געדענק א דרשה פון הרה"ג רמ"מ טירנויער בעפאר תשעה באב האט ער געזאגט, דער הייליגער ספר איכה וואס ירמיה האט געשריבן בנבואה דאס איז תורה שלימה און ס'וועט חלילה נישט בטל ווערן אפילו משיח קומט, מען וועט ווייטער לערנען די זעלבע פסוקים נאר מיט אן אנדער ניגון..


קוק אריין דא אינעם מהבי"ט סוף פרק ב',וז"ל

בילד

קוק דא אין ספר אמרי נועם (לר"י דיליקאש) אויפן פסוק כי ביתי בית תפילה יקרא לכל העמים, אז לעתיד לבוא וועט שוין נישט זיין קיין שום זאך אויף וואס צו בעטן ווייל עס גייט דאך גארנישט פעלן פאר קיינעם, וועט מער נישט זיין אזא זאך ביי אידן וואס הייסט בית תפילה, ממילא וועט עס נאר זיין ביי די גוים, מיט דעם טייטש ער כי ביתי בית תפילה יקרא לכל העמים נאר ביי זיי און נישט ביי די אידן

אויך אין ספר מהבי"ט און פרק ס"א וואס דארט איז איז ער מאריך מער ווי אזוי די תפילות וועלן אויסקוקן און ער שרייבט אז י תפילות גייען זיין די זעלבע ווי יעצט נאר מיט שיניום פון תפילה אויף הודאה צ.ב.ש. אנשטאט ושבור עול הגוים וועט מען זאגט ונודה לך ששברת עול הגוים, כאפ דארט א בליק אויף די ליסטע וויפיל ער טוישט עס איז גאנץ אינטרעסאנט.

און מדרש רבה (ויקרא פ"ט און אין פט"ז) איז מבואר אז כל התפילות בטילין לעתיד לבוא, ותפילות הודאה אינן בטילות, און דער אבודרהם ברענג פונעם דר"ק פשט דערפון ווי אויבן דערמאנט אז מען וועט פשוט גארנישט דארפן וועט מען נישט האבן אויף וואס צו בעטן נאר מען וועט די גאנצע צייט דאנקן און לויבן,

און תולדות יעקב יוסף ברענג ער פון בעל שם טוב די פאלגענדע
בילד

קוק אויך אין מאור ושמש פרשת משפטים ד"ה ועבדתם צום סוף,
מאור ושמש האט געשריבן: וזהו ברוך ה' אלהי ישראל מן העולם ועד העולם פירוש לעתיד כשיודו כל האומות שהוא יתברך שמו הוא מלך על כל העולם ואז יתבטלו כל הדינין ולא יצטרכו ישראל עוד לתפלת דוד המלך ע"ה, וזהו כלו תפלות דוד בן ישי שאז יהיה לישראל כל טוב. וזהו פירוש והסירותי מחלה מקרבך כי על ידי שהאדם מתפלל עם הציבור הוא ממשיך כל השפעות טובות על כנסת ישראל ומבטל כל הגזירות קשות מעל כנסת ישראל ולא יצטרכו עוד להתפלל על שום דבר גשמי כי אם על הגאולה שלימה שתהיה במהרה בימינו, וזהו והסירותי מחלה מקרבך פירוש שאסיר התפלה מקרבך מחלה הוא מלשון ויחל משה לשון תפלה פירוש שלא תצטרכו להתפלל עוד על שום דבר גשמי כי על ידי תפלות ציבור ירדו כל השפעות טובות לישראל וכל הגזירות קשות יתבטלו ולא יצטרכו להתפלל עוד.


קוק אויך אין ספר חסידים סימן ק"ח.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג אקטאבער 05, 2008 2:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א יישר כוח גדול זיידי פאר דיין הערליכע איסוף פון ספרים הקדושים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”