נס קריעת ים סוף, כחצי עגולה

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אלץ-ווייסער

נס קריעת ים סוף, כחצי עגולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

עס איז באקאנט דער תוספות אין ערכין ט"ו, ווי תוספות איז דארט מחדש איז קריעת ים סוף איז נישט געווען אז מ'איז דורך דעם ים און ארויס פון די אנדערע זייט וואסער, נאר מ'האט געמאכט א ציקל. און תוספות ברענגט דארט עטליכע ראיות דערויף. און מיט דעם פארענטפערט תוספות די גמרא דארט זאגט אז די אידן האבן געשריגן" כשם שאנו עולים מצד זה, כך מצרים עולים מצד אחר".

זעט דא דעם תוספות און די מאפע וואס תוספות ברעננט צו:
ערכין ט"ו ע"א, תוספות
ערכין ט"ו ע"א, תוספות


ענליך צו דעם שרייבט אויך דער אבן עזרא עטליכע מאל אין בשלח., און דער מקור דערפון איז א פס"ז (י"ד י"ז).
דער רש"ש ברענגט א ראיה דערצו אז מ'איז נישט דורך דעם ים אין די ברייט, נאר מ'איז אריין פון "מדבר איתם" און מ'איז פון די אנדערע זייט אין "מדבר איתם" וי עס שטייט אין פסק "במדבר ל"ג ו'", ויסעו מסוכות ויחנו באיתם".

דער יעב"ץ אבער קריגט שטארק אויף תוספות און זאגט אז תוספות איז נישט גערעכט, און אויך אז די ציור פון תוספות איז נישט ריכטיג.
ווען מ'נעמט אפיר דעם ציור פון דן שווארץ, אדער דעם ענגליש ציור וואס איך וועל דא צושטעלן, קען מען אביסל בעסער פארשטיין דעם יעב"ץ פארוואס ער קריגט.

אבער עס לייגט זיך דאך נישט אויפן שכל, וויאזוי דער יעב"ץ קען קריגן אויף חז"ל און אויף די ראשונים.

דא איז דן שווארץ'ס מאפע. דא זעט מען ווי די אידן זענען אריין אינעם ים, און ווי זיי זענען ארויס
דן שווארץ מאפע1
דן שווארץ מאפע1


דא קען מען זען אן ענגלישע צייכענונג פון מצרים און קריעת ים סוף, און ווי די בני ישראל זענען געגאנגען אין מדבר 40 יאר.
די ענגליש מאפע נעמט אן אז מ'איז דורך דעם ים געהעריג, נישט ווי תוספות זאגט.
ענגלישע מאפע
ענגלישע מאפע


פון די אלע מאפעס וואס מיר זעען דא, בלייבט דאך שווער, פארוואס האט מען געדארפט צוקומען צו זאגן אז די אידן זענען נישט דורך דעם ים. למעשה זעט מען דאך פון די מאפעס אז דער שפיץ ים ווי די אידן זענען באמת אריין, שניידט אריין ביים מדבר איתם, נו פארוואס איז עס א סתירה.

און צו זאגן אז וועגן דעם איז מען אריין און ארויס פון וואסער כחצי עגולה כדי נישט צוריק צוגיין צו מצרים, איז אויך שווער צו זאגן, ווייל מ'איז דאך ארויסגעקומען פונעם ים ממש לעבן די מצרים נאכאמאל.

עס קען אבער זיין, אז כדי עס זאל מקוים ווערן דער "וירא ישרראל את מצרים מת על שפת הים", אז די אידן זאלן זען זייערע טויטע מצרים, האט מען טאקע יא געדארפט ארויסקומען כחצי עגולה, און נישט דורך און דורך, ווייל דארט וואלט דער ים זיי נישט פולט געווען. (און דאס איז אויך נאר גוט לויט רש"י, ווייל דער ראב"ע זאגט אז דער ים האט זיי נישט אויסגעשפיגן עיי"ש).
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מ'זעט עטליכע דיפערענצן צווישן דן שווארצ'ס מאפע און די ענגליש.
וועלכע ס'איז די ריכטיגע איז שווער פעסטצושטעלן, ווייל קיינער פון די ביידע ברענגט נישט קיין מקורות פון וואנען זיי ווייסען גענוי ווי ארץ גושן איז, און גענוי ווי דער ים סוף (רעד סי) הייבט זיך אן.

דן שווארץ גרעסערע מאפע
גרעסערע מאפע שווארץ
גרעסערע מאפע שווארץ


עס איז אבער אינטרעסאנט צו ברענגען אויך אן העברעישע מאפע, און זאלן די ליינער באשליסן וואס איז ריכטיג.
די העברעזירטע מאפע. צייכנט אן היינטיגע שטעט, און קוקט אויס מער מאפע, ווינציגער צייכענונג.
map heb.jpg
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיט דעם תוס' און ערכין זאגט דער ערבי נחל פשט אונעם פסוק 'וינהגהו בכבידות', וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס האט דאס אויסגעפעלט, אבער וויבאלד אז די יודען זענען געגאנגען און א חצי עגולה, און אויך, א יעדער שבט האט געהאט זיין אייגענעם שביל, וועט אויסקומען, אז דער שבט וואס וועט גיין אויפען אויסענווענדיגען שביל, וועט אוהם דוירען אסאך לענגער ארויסקומען אויפען יבשה, וויא דער שבט וואס איז געגאנגען אונעם אונווייניגסטען שביל.
און וויא באלד די מצריים זענען נאכגעלאפען די יודען, וועט אויסקומען אז די מצריים וואס זענען אריין אונעם אונווייניגסטען עגולה, וועלען האבען צייט ארויסגומען פונעם ים, נאך איידער דער לעשצט יוד וועט האבען צייט ארויסקומען פונעם אויסווענדיגען עגולה,
איבער דעם איז געווען דער 'וינהגהו בכבדות' אז די מצריים זאלען זיך מוטשען כדי אלע יודען זאלען האבען צייט צירוק ארויסקומען אויפען יבשה און דער נאך איז דער ים צירוק לאיתנו און אלע מצרייםזענען דערטקונקען געווארען
the SCY is the limit
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

יישר ר' שמחה.
דער ערבי נחל איז גאר באקאנט, אבער עס פארענטפערט נישט פארוואס מ'מוז זאגן אז מ'איז געגאנגען כחצי עגולה. פארוואס נישט דורך דעם ים פון איין זייט צו די אנדערע.

אלענפאלס, דא ברענג איך נאך א מאפע פון ר' דן שווארץ, און מ'קען עס בעסער פארגלייכן מיט די ענגליש מאפע
ר' דן שווארץ מאפע מצרים
ר' דן שווארץ מאפע מצרים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אלץ-ווייסער האט געשריבן: פארוואס מ'מוז זאגן אז מ'איז געגאנגען כחצי עגולה. פארוואס נישט דורך דעם ים פון איין זייט צו די אנדערע.

דאס זאגט דאך תוס'..
שישראל לא עברו הים לרחבו מצד זה לזה שא"כ היו ממהרים ללכת אל א"י


אגב, אויף דער סוגיא האב איך דאס געקריגען און אישית

זארעכפעפער האט געשריבן: דאס בילד אין תוספ' דארף מען האלטן אויף ארויף. דאס טייטש אז ארץ ישראל זאל זיין פון אויבן (צפון), און פון אונטן, דאס טייטש לענגאויס דרום זייט פון מעריב צו מזרח, איז אויסגעשטעלט מצרים ביי דרומית מערבית, דערויף נעבן איר אדום, דערנעבן מואב און דערנאך עמון. אויב קוקט מען דאס אזוי אן, דאן שטימט דאס בילד פונעם קריעת ים-סוף צו ר' דן שווארצנ'ס בילד.

דאס איז טריקן לגבי קריעת ים סוף, אבער לגבי דאס מציאות הציור איז דער יעב"ץ כשר גערעכט. ווייל אדום, מואב און עמון זענען נישט פלאצירט אונטן לענגאויס גאנץ דרום. הגם, פון רש"י אין פרשת מסעי איז אויך משמע אז די ציור הארצות זענען אויסגעשטעלט אזוי ווי תוספ' שטעלט דאס דא אראפ, אבער ווי ס'איז קלאר משמע פון די פסוקים און פון די מפרשי רש"י דארט איז דאס נישט ריכטיג. אדום איז ביים ווינקל פון דרומית מזרחית (אויף די אנדער זייט פון מצרים), און עמון און מואב זענען שוין מער ארויפציר ביים מזרח ברעג.

ועוד יש להאריך בזה טובא. דאס גאנצע תוספ' איז א גוטס פאר די סוגיא פון גבולי הארץ
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ענינא דיומא.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

מענינא דיומא

די איינציגסטע תירוץ איז כדי מ׳זאל זעהן די מצרים מת על שפת הים.
אויב וואלט מען ארויס די אנדערע זייט (נישט כחצי עגולה) וואלט מען זיי נישט געזעהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”