היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח פאר די פארזעצונג, די באשרייבונג מיט אלע דעטאלן איז העכסט אינטערסאנט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

מווארט מיר בכליון עינים פאר פרישה ווארע
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

מען ארבעט דערויף. האפענטלעך וועט עס זיין פערטיג בקרוב.

מען דארף פארשטיין אז די קריג האב איך קיינמאל נישט געלערנט, מחמת ווייניג אינטערעסע. וואס איר לייענט דא איז חידושים פאר מיר אויך (יא איך בין א גרינער אין דעם פעלד). יעצט לערן איך עס כדי צופרידן שטעלן מיינע ידידים דא אויף אייוועלט (וואס טוט מען נישט פאר א נאנטער ידיד). ממילא דויערט עס לענגער ווי געפלאנט. פשוט ווייל איך דארף לערנען און אויסלערנען אין די זעלבע צייט.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאלאנטפולער האט געשריבן: מען ארבעט דערויף. האפענטלעך וועט עס זיין פערטיג בקרוב.

מען דארף פארשטיין אז די קריג האב איך קיינמאל נישט געלערנט, מחמת ווייניג אינטערעסע. וואס איר לייענט דא איז חידושים פאר מיר אויך (יא איך בין א גרינער אין דעם פעלד). יעצט לערן איך עס כדי צופרידן שטעלן מיינע ידידים דא אויף אייוועלט (וואס טוט מען נישט פאר א נאנטער ידיד). ממילא דויערט עס לענגער ווי געפלאנט. פשוט ווייל איך דארף לערנען און אויסלערנען אין די זעלבע צייט.

מיר ווארטן!!

און יעצט פארשטיי איך שוין די נייע קאליר פון דיין היטל......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיר ווארטן מיר ווארטן
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

די אמעריקאנע רעוועלוציע 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

ווען יארע 1777 איז אנגעקומען האבן די ענגלענדער געהאט 2 ארמייען. איינס אין 'קיובעק', אנגעפירט דורך גענעראל "בורגוין". און איינס אין 'נו יארק סיטי' אנגעפירט דורך "האווי". די גרויסע קעפ אין ענגלאנד זענען אויפגעקומען מיט א פלאן. ''האווי'' וועט פון 'נו יארק' אנפאנגען גיין ארויף. און ''בארגוין'' וועט פון קיובעק אנפאנגען גיין אראפ. ביז מען וועט זיך טרעפן אין ''סאראטוגע''. אזוי וועט מען צוטיילן די קאלאניס אין האלב. איינמאל זיי וועלן זיין צוריסן וועט שוין זיין גרינגער צו באזיגן.

אלעס האט אויסגעזען צו גיין ווי געפלאנט ביז ''האווי'' האט באשלאסן זיך אפצולאזן פונעם פלאן און אנשטאט דעם איינעמען די שטאט 'פילידעלפיע'. און עס איז טאקע געלונגען פאר ''האווי'' איינצונעמן 'פילידעלפיע', אבער דאס לאזן ''בארגוין'' אליינס אויפן שלאכטפעלד איז געווען אן אימדערהערטע חוצפה, און ''האווי'' האט געדארפט רעזיגנירן. גענעראל "קלינטאן" האט איבערגענומען "האווי".

דערווייל האט ''בארגוין'' אנגעגאנגען ווייטער מיט זיינע אטאקעס. און אנגעהויבן מאכן פארשריט אויפן וועג אראפ קיין 'סאראטאגע'. און דאן איז וואשינגטאן אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס האט געטוישט די וועג פון מלחמה. ביז דאן ווען צוויי ארמייען פלעגן זיך שלאגן, פלעגן ביידע אנטקעגן קומען איינער די צווייטע, און זיך הרג'ענען ביי די קעפ.
אנשטאט האט ער געטון אזוי. ער האט באהאלטן אין די וועלדער סאלדאטן וואס האבן געקענט צילן גאר גוט (ציל-שיסער). און ווען די שונא איז אריבער געפארן האבן זיי מיט איין שאס גע'הרג'עט נאר דעם אפיציר. נאך פאר די ענגלענדער האבן געכאפט וואס גייט פאר, האבן זיי זיך געטראפן ווי א שיף אן א רידער. מיט הונדערטע סאלדאטן וואס ווייסן נישט פון וועם צו נעמן באפעלן. וואס דאס האט געהאלפן ''וואשינגטאן'' געווינען דעם 'סאראטאגע' שלאכט.

אקטובער 1777, האט זיך גענעראל ''בארגוין'' אינטערגעגעבן מיט זיין ארמיי צו די אמעריקאנער. לכתכילה האבן זיי געהאט אן אפמאך אז מען גייט אים לאזן אהיים נעמען זיינע סאלדאטן. אבער נאכן אונטערגעבן האבן די אמעריקאנע באשלאסן זיך נישט צו האלטן צום אפמאך. ''בארגוין'' מיט זיין גאנצע פמליא זענען גענומען געווארן אין געפענגעניש.

ענגלאנדס צרות האבן זיך נישט אויפגעהערט דא. 'פראנקרייך' (ענגלאנדס אלטע שונא און אמעריקע'ס אלטע פריינד), האט באשלאסן אריינצוקומען אפיציעל אינעם קריג. (ביז היינט האבן זיי נאר צוגעהאלפן). צווינגענדיג די ענגלענדער צו פירן צוויי שלאכטן. איינס אויפן יבשה - קעגן די אמעריקאנע, און איינס אויפן וואסער קעגן פראנקרייך. דאס האט געצווינגען ענגלאנד צו טוישן סטראטעגיע. "קלינטאן" האט געמוזט אויפגעבן 'פילידעלפיע' צו נעמען זיינע סאלדאטן זאלן באשיצן 'ניו יארק' וואס איז אים געווען וויכטיגער.

עס האט אויסגעזען גאנץ גוט פאר ''וואשינגטאן''. אבער דאן איז אנגעקומען זיין גרעסטע שוועריקייט... ווינטער. די ווינטער פון סוף 1777 און אנהייב 78, איז געווען גאר א שווערער. און זייענעדיג סטאנציאנירט אין אומבאוואוינטע ערטער האט זיך וואשינגטאן געטראפן מיט טויזענטע מענטשן אן א דאך אויפן קאפ. מיט די קעלט, בלאטע, און מער פון אלעס ארימקייט, האט אויסגעזען ווי אלעס גייט כאדאראם. א פיפטל פון די סאלדאטן האבן ניטאמאל פארמאגט קיין שיך! פארברעכן מיט שלעגערייען זענען געווארן אן אפטער ערשיינונג אינערהאלב די קאנטינענטעל ארמיי. ביז אפאר וואכן אריין אינעם ווינטער האט מען זיך געטראפן מיט 2000 קראנקע סאלדאטן. צו די אלע צרות האט מען אנגעהויבן אויסלויפן פון עסן. די פלייש האט זיך געענדיגט געבליבן איז מען מיט 25 זעק מעהל. די סאלדאטן האבן געלעבט אויף ''פייערקוכן'', א רינעדיגע געמויזעכץ געמאכט פון מעהל מיט וואסער.

איין זאך האט געראטעוועט די מצב... ''וואשינגטאן'ס'' אייזענעם כאראקטער. ''וואשינגטאן'' האט געוויסט אז צו פירן אזא מיליטער דארף מען ווייזן אויסטערלישע פירערשאפט קוואליפיקאציעס, און דאס איז וואס ער האט געטון. די סאלדאטן האבן געהאט פאר אים דאס וואס איך וואלט גערופן ''יראת הכבוד''. און אזוי האט ער צוביסלעך צוריקגעשטעלט סדר אינערהאלב זיינע רייען. מען האט אויף זיין אנווייזונג אנגעהויבן בויען געצעלטן, און גע'עפנט פראוועזארישע שפיטעלער.

אויב האט מען אבער געמיינט אז פערטיג מיט די צרות, האט מען זיך ביטערליך גענארט. דאס מאל אין פארעם פון א שרעקליכע סמאל-פאקס אויסברוך. די מחלה וואס איז געקומען פון די ענגלישע תפיסות האט זיך גאר שנעל גענומען צושפרייטן, און איינמאל מען איז געווארן אנגעשטעקט איז געווען צרות. קיין היילונג פאר דעם איז נישטא עד היום הזה. פיר פון יעדע צעהן זענען געשטארבן דערפון. ''וואשינגטאן'' האט עס אויסגעמיטן ווייל ער האט שוין אלס קינד איבערגעלעבט די מחלה. און מ'קען עס נאר איינמאל באקומען. אבער זיין מיליטער איז געווען אין גרויס געפאר.

נישט האבענדיג קיין צוויי ברירות האט ''וואשינגטאן'' אינטערגענומען א גאר גרויסע און סכנות'דיגע ריזיקע. מען האט אראפגעקראצט בלאטערלעך פון די אנגעשטעקטע, און אריינגעלייגט אין די קערפער פון די געזונטע דורך א שניט וואס מען האט געמאכט אויף די האנט. ער האט געוואוסט אז דאס איז געפורפול, אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה. די ריזיקע האט זיך אויסגעצאלט, און פון טויזענע וואס זענען געווארן אנגעשטעקט, איז עס אראפ צו ממש געציילטע.

ווען די ווינטער האט זיך געענדיגט איז די ארמיי שוין געווען צוריק אויף די פוס גרייט צו קעמפן. יעצט האט נאר אויסגעפעלט איין קריטישע זאך…. א סטראטעגיע. "וואשינגטאן" האט געמוזט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי ער פלאנט צו געווינען דעם קריג. דאס צו עררייכן האט "וואשינגטאן" אויפגענומען א באקאנטער מלומד מלחמה "באראן וואן שטויבן". "וואן שטויבן" האט גענומען דעם ארמיי, און ער האט עס אנגעהויבן איבערבויען פון דאסניי. ער האט אויפגעשטעלט נייע מושטירונגס לאגערן מיט נייע וועגן צו קעמפן און נייע געווער. זיינע שיטות ווערן נאך באנוצט אין די ארמיי ביזן היינטיגן טאג. ער האט אויך איבערגעבויעט דעם קיך אז די סאלדאטן זאלן האבן עסן וואס קרעפטיגט.

דערווייל וואס "וואן שטויבן" האט איברגעארבעט די ארמיי, איז "וואשינגטאן" געווען פארנומען בויען א צווייטע ארמיי. גאר א שטילע, אבער גאר אפעקטיוו. די ארמיי האט געהייסן שפיאנאדזש. ווי אן ענגלישע גענעראל האט זיך שפעטער אויסגעדריקט אז וואשינגטן האט נישט געוואונען די מלחמה, ער האט געוואונען די שפיאנאדזש. די שפיאנען פלעגן ניצן אומזעבארע טינט וואס מ'האט נאר געקענט לייענען נאכן איינטונקען אין עסיד.

די שפיאנען זענען געווען איינוואוינער פון 'ניו יארק'. 'ניו יארק' איז ווי שוין געשריבן געווען אונטער די ענגלישע הערשאפט, וואס איז געווען מער פארנומען צו פירן א מלחמה ווי אויסהאלטן א שטאט. און די איינוואוינער זענען געווען די וואס האבן מיטגעמאכט. עסן פרייזן זענען געשטיגן מיט אכט הונדערט (800) פראצענט! אינגאנצן 20 פראצענט איינוואוינער זענען געבליבן געטריי צום קעניג (לאיאליסטס).

אין יארע 1779 האט זיך שפאניע אריינגעריקט אינעם קריג, מאכנדיג שווערער די - שוין אזוי אויך שווערע - לאגע אויף די ענגלענדער, און א יאהר שפעטער אין 1780 האט זיך האלאנד אריינגעריקט. הגם אין שטח זענען ביידע ארמייען געשטאנען די זעלבע ווי ביים אנפאנג קריג, האט זיך אלעס אבער געטוישט יעצט ווען ענגלאנד האט געדארפט אוועקשלעפן א ריזיגע חלק פון זייער ארמיי זיך צו שלאגן מיט די אנדערע לענדער.

קעניג "דזשארדזש דער דריטער" האט - ווי ער האט זיך שפעטער אויסגעדרוקט - שוין דא איינגעזען אז מען דארף זיין נאריש צו האלטן אז ער וועט געווינען די אמעריקאנער. ער האט אבער פעסט באשלאסן אז ער וועט קיינמאל נישט אנערקענען די נייע לאנד. אנשטאטס איז ער אויפגעקומען מיט אזא פלאן. ער וועט צוברעכן די שיפס-פארטן, פאברענען די שטעט וואס זענען נאענט צום וואסער, און אנרייצן די נעטיוו-אמעריקאנע (די אינדיענס וואס זענען דא געווען פאר די אמעריקאנע) אזוי וועט ווערן כאאס און מען וועט זיך אנפאנגען בענקען נאך די צייטן וואס ער איז געווען בעה"ב.

פון דא און ווייטער איז די עיקר מלחמה געווען אינטערנאציאנאל. פארשטייט זיך אז עס איז ווייטער פארגעקומען שלאכטן אויף אמעריקאנע באדן, אבער שוין נישט אויף אזא פארנעם.

אין אפריל 1782, נאך איבער פינעף יאהר מלחמה, איז שוין 'ענגלאנד' געווען מיד און ערשעפט פון מלחמה. און די פארליעמענט האט געשטימט צו ענדיגן די מלחמה. הגם די מלחמה האט זיך נאכנישט אפיציעל גענדיגט ביז סעפטעמבער 1783.

יעצט האט מען זיך געזעצט צו די געשפרעכן. די געשפרעכן זענען פארגעקומען אין 'פאריז'. אויף די אמעריקאנע זייט איז געשטאנען "בענדזשעמין פרענקלין" "דזשאן דזשעי" "הענרי לארענס" און "דזשאן עדעמס". אויף די ענגלישע זייט איז געשטאנען "דעיוויד הארטלי" און "ריטשערד אסוואלד". און סעפטעמבער 1783 האט מען אפיציעל אונטערגעשריבן די שלום אפמאך וואס האט ענהאלטן 10 תנאים. די ערשטע איז פארשטייט זיך געווען אז ענגלאנד דארף אנערקענען די אמעריקאנע מדינה. (ס'דערמאנט אייך פון עפעס?). דערנאך האבן ביידע מסכים געווען צו באפרייען די געפאנגענע. אזוי נאך אפאר זאכן וואס איז נישט אינטערעסאנט. (די רעכטן פון כאפן פיש אין געוויסע וואסערן, מער נישט צוצונעמן שטחים איינער פונעם צווייטן. נו, איך האב געזאגט אז ס'איז נישט אינטערעסאנט). "בענדזשעמין פרענקלין" האט אויך געוואלט אז ענגלאנד זאל אויפגעבן 'קיובעק'. די ענגלענדער האבן אבער בשו"א נישט מסכים געווען, און די אמעריקאנע האבן באשלאסן זיך נישט צו שטעלן דערויף, און מען האט אונטערגעשריבן. די אנדערע לענדער האבן אונטערגעשריבן עקסטערע אפמאכן, אויך ארום יענע צייט.

ארום א חודש נאכדעם האבן די ענגלישע טרופן פארלאזט 'נו יארק סיטי' און מיט דעם האט זיך געענעדיגט די מלחמה.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מורא'דיג אינטערעסאנט! מעכטיג גוט געשריבן מיט א היבש ביסל הומער צו די זייט. איין ווארט "מאסיוו".

דאס וואס ער האט געטון אויסצוראטן די סמאל-פאקס מחלה איז די היינטיגע וואקסינען נאר אויף מער א פרימעטיווע וועג.
די איידיע פון שיסן די גענעראל איז אן אייזענע בייפאל!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין אייזן באשריבן!!

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז מיר פראווענען די זעלבסשטענדיקייט פון אמעריקע גערעכענט פון יולי 4 '776, (אגב עס איז נישט געווען 4) און למעשה אין אין 776' נאך געווען ווייט פון פארזיכער די נייע לאנד.

ישר כח גדול.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: זייער שיין אייזן באשריבן!!

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז מיר פראווענען די זעלבסשטענדיקייט פון אמעריקע גערעכענט פון יולי 4 '776, (אגב עס איז נישט געווען 4) און למעשה אין אין 776' נאך געווען ווייט פון פארזיכער די נייע לאנד.

ישר כח גדול.

יולי 4 1776 האבן מיר זיך דעקלערט לאנד.

די ענגלענדער האבן אבער נישט געגלייבט. און ס'האט געדויערט 5 יאר זיי צו איבערצייגן.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאלאנטפולער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: זייער שיין אייזן באשריבן!!

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז מיר פראווענען די זעלבסשטענדיקייט פון אמעריקע גערעכענט פון יולי 4 '776, (אגב עס איז נישט געווען 4) און למעשה אין אין 776' נאך געווען ווייט פון פארזיכער די נייע לאנד.

ישר כח גדול.

יולי 4 1776 האבן מיר זיך דעקלערט לאנד.

די ענגלענדער האבן אבער נישט געגלייבט. און ס'האט געדויערט 5 יאר זיי צו איבערצייגן.

יא יא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח פאר די פארזעצונג, געליינט מיט דורשט.

נאר א קליינע הגה, לכתחילה, נישט לכתכילה
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

גרויסן ישר כח

געווען אייזן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28660
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט מיט גרויס הנאה.

----
איך בין היינט אדורכגעפארן די גרויסע טויערן און מאניומענטן ביי פראספעקט פארק. ווייסט איינער אויב דאס האט שייכות מיט די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן? איז דאס פלאץ געווען סטראטעגיש ביי די מלחמות?
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: זייער שיין אייזן באשריבן!!

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז מיר פראווענען די זעלבסשטענדיקייט פון אמעריקע גערעכענט פון יולי 4 '776, (אגב עס איז נישט געווען 4) און למעשה אין אין 776' נאך געווען ווייט פון פארזיכער די נייע לאנד.

ישר כח גדול.

אז די רעדסט שוין פון 1776 איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז די נייע ווארלד טרעיד סענטער איז 1776 פיס הויעך לזכר די יאר וואס מען איז נארוואס געוואר געווארן אז מען האט נאכנישט געהאט די לאנד מיט א זיכערקייט.
#גיי פארשטיי
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

געלעגער האט געשריבן: דאס וואס ער האט געטון אויסצוראטן די סמאל-פאקס מחלה איז די היינטיגע וואקסינען נאר אויף מער א פרימעטיווע וועג.


די מיינסט אומזוסט האבן די רבנים אמאל פארפירט אנטקעגן אמעריקא? די וואקסינען זענען שולדיג אויף אלעם! חזקי קום אריין קלאר
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז אויפן FDR הארט פארן GW איז דא עפעס א גרויסע וואנט אז דארט איז געווען ביטערע שלאכטן אסאך אמעריקאנע זענען געפאלען דארט.
א גרויסע ישר כח מיר זענען זיך מחיה. וואס זאל איך זאגען יא דו ביסט טאלאנטפול......
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

עס איז נישט קיין וואנט, עס איז א טורעם וואס פון דארט האט וואשינגטאן געקענט האבן א קלארע בליק אויף די שלאכטן ביים האדסען ריווער (דארט אויבן איז די מאנהעטן אינזעל שוין גאנץ שמאל).
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם טורעם, אבער אין מאנהעטן איז פארגעקומען שווערע שלאכטן כמבואר לעיל.
נו, אז מיטן גוטן גייט נישט... ווען די געשפרעכן האבן זיך געענדיגט (מיט גארנישט), האט "האווי" פריש אנגעהויבן זיינע אטאקעס אויף די אמעריקאנע. ער האט געלאנדעט פרישע 12,000 סאלדאטן אין 'מאנהעטן', און אן קיין שוועריקייטן איבער גענומען קאנטראל פון די שטאט. די אמעריקאנע זענען אנטלאפן צו די 'הארלעם-הייטס' געגנד. דארט האבן די 1800 אמעריקאנע סאלדאטן אונטער די גענעראלן "נעטעניעל (נתנאל?) גרין" און "איזריעל (ישראל?) פוטנעם", אנגעהאלטן די פאזיציע טראצדעם וואס זיי זענען אטאקירט געווארן פון א בריטישע ארמיי מיט 5,000 סאלדאטן. דאס האט אנגעהאלטן בערך א חודש, נאך א חודש האט "וואשינגטאן" באמערקט אז די ענגלענדער האבן שטילערהייט אנגעהויבן ארומצונעמן זיינע ארמייען פון אלע זייטן. און ער האט זיך געמוזט צוריקציען אריבער דעם איסט ריווער, אריין צו 'ווייט-פלעינס'.
כך נראה לפי עניית דעתי.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ווען מען פארט ווייטער אויפן וועסט סייד צום הענרי האדסאן פארקוועי איז דא א ריזן פארמויערטער שטח וואס הייסט עד היום cloisters ווי מען קען זען לעכער אין די ווענט פאר די קאנאנען. דאס וואס מיר רופן א תיפלה קלויסטער איז לשם ווייל די בילדינגס קוקן אויס פארמויערט
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

די טורעם
אטעטשמענטס
download (1).jpg
download (1).jpg (5.53 KiB) געזען 2934 מאל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

בילדער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: זייער שיין אייזן באשריבן!!

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז מיר פראווענען די זעלבסשטענדיקייט פון אמעריקע גערעכענט פון יולי 4 '776, (אגב עס איז נישט געווען 4) און למעשה אין אין 776' נאך געווען ווייט פון פארזיכער די נייע לאנד.

ישר כח גדול.

אז די רעדסט שוין פון 1776 איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז די נייע ווארלד טרעיד סענטער איז 1776 פיס הויעך לזכר די יאר וואס מען איז נארוואס געוואר געווארן אז מען האט נאכנישט געהאט די לאנד מיט א זיכערקייט.
#גיי פארשטיי

יולי 4 1776 האט מען באשלאסן אז מען טיילט זיך אפ פון ענגלאנד און מען עפענט אן אייגן לאנד. דער דרך העולם איז אז מען פראוועט דעם טאג וואס מען באשליסט נישט דעם טאג וואס יענער איז מסכים.

ס'וואלט אפילו נישט געמאכט קיין סענס צו פראווענען חגא דעם טאג וואס מען האט אינטערגעשריבן די שלום אפמאך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווינטער 1777 איז דאך באקאנט די מעשה מיטן גענעראל וואשינגטאן און די חנוכה מנורה.

די מעשה האט מען געפונען נאך פאר די קריג דורך א אידישע אנטיק הענדלער, וואס האט עס געפונען ביי אן גוי'שער אנטיק סוחר אין די דאן אידישע איסט סייט, אין א שמש פון די חנוכה מנורה וואס מיט דעם האט פאסירט די מעשה. דער מעשה איז באוואוסט אין די אמעריקע אויך און עס איז דא פון דעם א בוך. דער בעל המעשה האט אליין אפגעשריבן אלעס וואס מיט אים האט דאן פאסירט און מיר וועלן נאכשרייבן ווארט ביי ווארט.

חנוכה, וואלי פארדזש, למס' 1777 תקל"ח.

א שרעקליכער ווינטער. מיר, די אמעריקאנער ארמיי, וואס האלטען מיטן גענעראל דזשארדזש וואשינגטאן, זיצען דא, עטליכע און צוואנציג קילאמעטער פון פילאדעלפיע, אויף א פעלד וועלכן מען רופט בלשון המדינה "וואלי פארדזש" מיר ליידען פון הונגער און פון קעלט, אבער דער גענעראל וויל זיך נישט אונטערגעבן צו די ענגלענדער.

די ענגלענדער זענען פונדרויסן און מיר זענען פון אינווייניג ארומגערינגעלט. זיי זענען זאט און גוט אנגעטאן, זיי זענען פריי זיך צו באוועגן, מיר זענען אויסגעהונגערט און זיי ווארטן אז מיר זאלן זיך אונטערגעבן.

אבער אונטערגעבן הייסט אז אמעריקע זאל אויף שטענדיג פארבלייבן ענגלאנדס קנעכט; טאן וואס דער ענגלאנדער וויל, צאלן די שטייערן וואס עס וועט זיך אים וועלן ארויפלייגען אויף אמעריקע, און דאס וויל נישט דער גענעראל וואשינגטאן. אויך איך בין קעגן דעם, איך וויל אז אמעריקע זאל זיין פריי פון יעדער הערשאפט. בין איך דען נישט אנטלאפען פון פוילין צו ווערן א פרייער מענטש אין א פרייען לאנד.

צוליב דעם פרייהייט בין איך גרייט צן הונגערן און פרירן אין דער ארמיי ביז עס וועלן קומען בעסערע צייטן. אבער נישט אלע סאלדאטען זענען איינשטימיג מיט מיר, איך הער זיך צו צו זייערע רייד און עס ווערט מיר ניטש גוט. א סאך פון זיי רעדן שלעכטס אויפן גענעראל און אויף זיין מלחמה קעגן ענגלאנד. זיי שעלטן אים און שיטן אויף אים פעך און שוועבעל און קללות פאר דעם קריג. זיי זאגן אז ער וועט פארלירען און זיי ווינטשען פאר אים א מפלה.

איך פארשטיי נישט די מענטשען. זיי פארשטייען נישט קיין אונטערשייד צווישען זיין פריי און זיין א קנעכט. אפטמאל וויל איך זיי דערציילען ווי מיין פאטער ליגט אין קנעכטשאפט ביי דעם פריץ, וויאזוי ער דארף זיך ביקן פאר אים און זיין פאמיליע, וויאזוי ער מוז טאנצן פארן פריץ און פאר זיינע געסט ווען דער פריץ מאכט א באלל און שיכור'ט זיך אן.

ווען מיין לשון וואלט נישט געווען אזוי אין גלות, וואלט איך אפשר אנגענומען מיט קוראזש און דערציילט זיי, וואס מיינט צו ליגען אין קנעכטשאפט ביים פריץ, אבער איך בין נארוואס א אריבערגעקומענער וואס קען איך זיי זאגען אין זייער שפראך מיט מיין לשון. איינער וואס האט מיט זיינע אייגענע אויגן געזעהן מיין טאטן בעת דער פריץ צווינגט אים ארויפצוציען אויף זיך די פעל פון א בער און זיך דרייען אין דעם גרויסן זאל אונטער די קלאנגען פון זיינע מוזיקאנטען, דער וועט עס נישט פארשטיין, אז עס לוינט זיך צו פרירן און צו הונגערן אבי צו דערגרייכען פולקאמע פרייהייט.

ווען די קעלט דערגרייכט צו אזא מדריגה אז עס ווילט זיך מיר וויינען, חזר איך איבער מיין באשלוס, וואס איך האב געגעבן זיך אליין אין מיין הארצן, ווען איך האב זיך ארויסגעגנבעט פון פולין. איך האב דאן באשלאסען אז איך וועל זיך קיינמאל נישט צוריקקערן צו דעם לאנד, וואו מיין פאטער דארף טאנצן פארן פריץ, וואו ער דארף מאכן מאלפע שטיק מיטן פנים און מיטן קערפער כדי פרייליך צו מאכן דעם פריצ'ס געסט.

וויאזוי בין איך געקומען צו אנעמען דעם באשלוס?

איך בין נאך דאן געווען א קינד – א אינגעלע פון צען יאר – איך בין געגאנגען מיט מיין פאטער צום פריץ, ווייל דער פאטער מיינער האט געוואלט ביי אים עפעס פועלן. אנשטאט צו רעדן מיט מיין טאטן, האט דער פריץ אים געהייסען זיך מאכן גרייט צום "טאנץ" ווייל ער האט געהאט דאן ביי זיך זייער געהויבענע געסט. איך בין געבליבען אין קארידאר און געקוקט דורך די גלעזערנער טיר ווי מיין פאטער האט געטאנצט. איך האב געוואלט וויינען און שרייען פאר בושה.

ווען מיין פאטער איז ענדליך ארויסגעקומען פון דעם פריצישען זאל, איז ער געווען אפגעגאסן מיט שווייס און בלייך ווי א מת. דער פריץ האט אים ארויסבאגלייט, און דערזעהנדיג מיך, מיר א קניפ געטאן אין באק און געזאגט: האסט געזעהן שמולקע ווי דיין טאטע טאנצט? באלד וועסטו אונטערוואקסען און אויך אזוי טאנצן פאר מיין זון און פאר זיינע געסט. דאן האב איך באשלאסען: איך וועל בעסער שטארבען איידער טאנצן פארן פריץ אדער זיין זון.

ווען עס איז געקומען די צייט אויך פאר מיר צו טאנצן פארן יונגען זון, בין איך אנטלאפען קיין אמעריקע. איך האב באשלאסען אז נישט איך, נישט מיינע קינדער וועלן ווען עס איז, טאנצן אזוי ווי מיין פאטער האט געטאנצט פארן פריץ. אפטמאל טראכט איך וועגן דעם באשלוס און דאן פיל איך נישט דעם הונגער וואס נאגט מיך אונטערן הארץ. איך האלט מיטן גענעראל אז מיר וועלן איבערלעבן די קעלט, כאטש מיר זענען נאקעט און מיר האבן נישט קיין רעכטע קאלדרעס צוצודעקן זיך ביינאכט און כאטש מיר זענען בארוועס.

אפטמאל זעה איך דעם גענעראל וואשינגטאן ארומגיין שפעט ביינאכט צווישען די שלאפענדיגע סאלדאטען. ער קוקט אויף אונז מיט רחמנות און פרובירט אונז איינדעקן. אפטמאל ווילט זיך מיר עפענען די אויגן און אים זאגן, אז איך גלויב אז מיר וועלן זיגען, אז מיר וועלן אויסהאלטן די קעלט און דעם הונגער, מיר מוזן זיגען.

ווען עס איז געקומען חנוכה, האב איך נאך מער אנגעהויבן גלייבען אין זיג. איך האב געטראכט: דער אויבערשטער, וואס האט געטון א נס מיט די מכבים קען דאך טאן א נס אויך מיטן גענעראל וואשינגטאן און זיין ארמיי, אז מר זאלן באזיגען די געזונטע אנגעפראסענע ענגלישע ארמיי.

איך האב געטאן תפילה אין הארצען פאר אמעריקע און פאר מיין גענעראל, ווייל איך האב געוואלט אז דאס לאנד זאל זיין פריי. איך וויל לעבן אין א פריי לאנד, זיין א פרייער בירגער, איך וויל אז מיינע קינדער זאלן זיין פריי, מיינע קינדער זאלן קיינמאל נישט טאנצן "מה יפית" פארן פריץ, זיי זאלן נישט דארפען טאנצן פאר קיינעם.

איך האב ארויסגענומען פון מיין זאק די חנוכה מנורה וואס מיין טאטע האט מיר מיטגעגעבן איידער איך בין אנטלאפען פון פולין. איך האב נישט געוואוסט צו איך זאל בענטשען חנוכה ליכט איידער די סאלדאטען וועלן איינשלאפן. איך האב באשלאסן אז עס איז בעסער צו ווארטן ביז וואנען אלע וועלן איינשלאפן, ווייל קיין אידן האב איך נישט געזעהן צווישן זיי און וויאזוי וועל איך זיי דערקלערן מיט מיין געבראכענם לשון פארוואס איך צינד אן דאס קנויטעלע אין אויל פון דער מנורה. איך האב באשלאסן צו ווארטן ביז עס איז געווארן שטיל אין לאגער, אלע האבן שוין געכראפעט און זיך געטוילעט צו די אויסגעריבענע קאלדרעס , איך האב אנגעצינדען דאס ערשטע ליכטעל.

פלוצלינג – גלייך פון הימעל – איז ארונטערגעפאלן דער גענעראל. איך הויב אויף מיין קאפ פון דער ערד ווי עס איז געשטאנען מיין מנורה און איך דערזע אים פאר זיך פנים אל פנים.

די קענסט נישט שלאפן, פרעגט ער, עס איז דיר נעבעך קאלט, צו די ביזט הונגעריג? איך שטיי ווי א געפלעפטער, אן לשון נאר אין הארצען. א פרייד, דער גענעראל אליין רעדט מיט מיר, ער טאפט מיינע הענט צו זיי זענען קאלט, ער טאפט מיין שטערן, ער דערזעט די מנורה און דאס אנגעצינדענע פעדימל אין אויל. ער פרעגט מיט א מילדער שטימע: וואס איז דאס זון מיינער, א סגולה קעגן קעלט, א קמיע וואס דו האסט מיטגעבראכט פון דער היים?

איך דערצייל אים אז דאס איז א חנוכה מנורה. אז די ליכטלעך וואס מען צינט אין איר, זענען די ליכטלעך פון נצחון. עס איז געווען מיט יארן צוריק א נצחון פון די הונגעריגע, פון די אנגעפרארענע איבער זי זאטע און די באוואפענטע סאלדאטען, איבער א מעכטיגע ארמיי. עס איז געווען א נס. גלויבסט אין נסים – שמייכלט גענעראל וואשינגטאן? איך גלויב גענעראל, אז דער זעלבער ג-ט, וואס האט דאן געטאן א נס מיט די מכבים, קען איצט אויך טאן א נס מיט דזשארדזש וואשינגטאן און מיט זיין ארמיי דא אין וואלי פארדזש! די ביזט דאך פון די זון פון די נביאים – שמייכלט ער – ווייסט דאך געוויס וואס די זאגסט. ער גיט מיר נאכאמאל א טאפ איבער מיין פנים און שמייכעלדיג גייט ער אוועק.

איך האב געקוקט אויף דער מנורה, אויף דער ליכטעלע און געבעטן ג-ט א גאנצע נאכט. דער אויבערשטער האט ווייזט אויס דערהערט מיין תפילה. עס האט זיך אנגעהויבען בייטן דער וועטער. עס איז געווארן ווארימער. עס האבן אנגעהויבן צו דערגרייכען צו אונז וועגענער מיט אמוניציע, מיט עסנווארג און קליידונג און מיר האבן געזיגט, עס האט זיך גענדיגט דער קריג.

[אין וואלי פארדזש, איז פארגעקומען די שווערסטע שלאכטן אין די היסטאריע פון די רעוועלוציע קריג. דער קריג איז באוואסט אלץ "בעטעל אוו וואלי פארדזש" פון דארט איז וואשינגטאן מיט זיינע ארמייען געגאנגען קיין ניו דזשערזי, ווען עס איז שוין געווען זומער און דאס איז געווען דער שליסעל צום ענדגילטיגן זיג.]

אמעריקע איז באפרייט געווארן פון דעם ענגלישען יאך. מען האט אונז סאלדאטען אהיים געשיקט. איך האב אבער קיינעם נישט דערציילט וועגן מיין באגעגעניש מיטן גענעראל אין יענער חנוכה נאכט. ווער וועט מיר גלויבן, זיי וועלן זאגן אז איך בין משוגע געווארן. האב איך געשוויגן.

עס איז אוועק א קארגע צוויי יאר. עס איז דערגאנגען די נייעס, אז דער געוועזענער גענעראל איז אויסגעקליבען געווארען אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. מיין פרייד איז געווען זייער גרויס, עס האט זיך מיר געוואלט שרייען און טאנצן און זאגן :דער מאן וואס איז פרעזידענט איצט, האט מיט מיר גערעדט אין א ביינאכט אין וואלי פארדזש און מיר געטאפט דאס פנים. איך האב געוואוסט אז מען וועט מיר נישט גלויבען און מען וועט מיינען אז איך האב זיך איינגערעדט א משוגעת.

עס איז געקומען חנוכה. איך האב אנידער געשטעלט די מנורה, וואס איך האב געבראכט פון פולין, אויפן פענסטער און אנגעצינדען די חנוכה ליכט.

פלוצליג, מען קלינגט אין טיר. עס קומט אריין אנגעטאן אין יוני-פארמען צוויי אפיצירען. זיי פרעגן אויף מיר, זיי דערלאנגען מיר א פושקע און נעמען פון דארט ארויס א מעדאל און א פאפיר, און איינער פון זיי ליינט אויפן קול אזוי: דאס איז געשיקט געווארן צו א געטרייע סאלדאט, פון וועלכען איך האב געשעפט האפענונג אין דער שווערסטער שעה אין מיין לעבן, אויפן שלאכטפעלד פון וואלי פארדזש. געבענטשט זאלסטו זיין, דו און דיין פאלק און די מנורה פון דיין פאלק, וועלכע האט מיך געלערנט צו גלויבן אין א נס.

ביז דא ציטירט ווארט ביי ווארט פונעם דאקומענט וואס מען האט געפונען אין די היסטארישע מנורה.


איך האב נישט געשריבן די מעשה עס קומט פון דא , ס'ליינט זיך בעסער אן א לינק...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

וועלי פארדזש איז די נאמען פון איינע פון די ארמיי באזעס. אין וועלי פארדזש איז קיין שלאכט נישט געווען. דאך ווערט עס באטראכט אלס די TURNING POINT (איך ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט עס) פונעם קריג.

דארט איז די ארמיי דורך דעם שווערן ווינטער וואס מיר האבן אויבן באשריבן. די מצב איז געווען אזוי שרעקליך אז אסאך היסטאריקער שרייבן, אז זיי פארשטייען נישט פארוואס מען האט זיך נישט אונטערגעגעבן.

איין זאך נאר האב איך נישט גוט געשריבן. די צייט וואס מען האט אויפגענומען "וואן שטויבן", איז נישט געווען נאכדעם וואס די ארמיי האט זיך געשטעלט אויף די פיס. נאר "וואשינגטאן" האט אים אויפגענומען "צו" שטעלן די ארמיי אין פלאץ. מען האט דאן אויך געהעכערט אין ראנג גענעראל "נעטעניעל גרין". און ער האט ערלעדיגט אז די עסן מאנגל וואס איז געווען איום ונורא זאל קומען צו אן אפשטעל. נישט נאר די סאלדאטן האבן דאן געהונגערט, הונדערטע פערדן פון די מיליטער זענען געשטארבען פאר הונגער. און "גרין" איז דער וואס האט געזען אז ס'זאל קומען פרישע סופלייען פון עסן, און דער מאנגעל האט זיך געענדיגט.
כך נראה לפי עניית דעתי.
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

זייער שיין
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

אויסגעלאזט דעם חלק פין חיים סאלאמאן אין זיין ראלע אינעם קריג
ווי עס ווערט אראפגעשפילט אין שפיל אונטערן רוקן
וואלט געווען איטערסאנט צי באשרייבן די אלע פרטים
שקויעך הרב טאלאנטפול זייער הנאה געהאט
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”