"ידיעה" מיינט אזמ'ווייסטדערפון, "ידועה" מיינט אז עס איזבאקאנט.
אפילו לשיטתכם; "דער ה"א וואס ווייזט אויפןבאקאנטשאפט".
נישט ריכטיג. ידיעה איז דער שם עצם פון 'וויסן' אדער 'באקאנטשאפט'; ידועה איז א שם תואר, ד.ה. אז די זאך צו וואס מען באציט זיך (למשל די אות ה') איז באוואוסט.
דער רד"ק אין מכלול שרייבט כסדר 'הא הידיעה' וכן בשיח יצחק, ספר הרכבה, ועוד ספרי קדמונים. באמת אפילו דו טרעפסט מיט א וי"ו מיינט עס נאך גארנישט, די גאנצע חילוק איז א חוט השערה פון א יו"ד און א וי"ו. עכ"פ וויפיל איך האב געזען ביי די קדמונים געדענק איך הידיעה. וכן מסתבר, כמו שאר ההי"ן, הא השאלה הא התימה הא הקריאה שכולם הם שם דבר ולא פעולה חוץ מכל זה, טעות נפוצה שהא הידיעה כוונתה ידועה, והיינו מפורסם, ולא היא, הא הידיעה אינו צריך להיות מפורסם רק ספציפי ופרטי לא כללי. ומטעם זה אין מקום לידועה.
וואס איז טייטש יום המרוהנמהר? די לשון ניצט מען אויף טרויערדיגע טעג ווי תשעה באב און יום מיתת צדיקים און די לעצטע זיבעציג יאר זענען דא וואס ניצן עס פאר ה' אייר.
די לשון קומט פון א פסוק אין חבקוק (א, ו) כי הנני מקים את הכשדים הגוי המר והנמהר. די מצידות ציון שרייבט דארט אז "והנמהר" איז מלשון מהירות און אזוי טייטשן אויך די אנדערע מפרשים
דריידל האט געשריבן:
וואס איז טייטש יום המרוהנמהר? די לשון ניצט מען אויף טרויערדיגע טעג ווי תשעה באב און יום מיתת צדיקים און די לעצטע זיבעציג יאר זענען דא וואס ניצן עס פאר ה' אייר.
די לשון קומט פון א פסוק אין חבקוק (א, ו) כי הנני מקים את הכשדים הגוי המר והנמהר. די מצידות ציון שרייבט דארט אז "והנמהר" איז מלשון מהירות און אזוי טייטשן אויך די אנדערע מפרשים
שאלת חכם חצי תשובה. די אמת'ע טייטש איז אזוי ווי דו שרייבסט, נאר אזוי ווי עס שטייט נעבן "המר" און עס קלינגט ענליך ניצט מען עס אלס מליצה כאילו עס איז אויך א לשון פון ביטער. דאס ווארט טראגט טאקע דעם גורל פון אסאך אנדערע ווערטער וואס מען ניצט פאר א מליצה און אזוי ארום ווערט פארגעסן די אמת'ע טייטש.
חמאה היינט בלשונם ווערט גענוצט אויף פוטער, איך האב געהערט אז ריכטיג איז אויף סמעטענע. ס'איז א נפקא-מינה אין דין פון חמאת עכו"ם. איך וועל באדאנקען ווער ס'וועט בריינגען ראיות.
3. "גיי גיי," זאגט מען צום נזיר, "גיי ארום און ארום. קום נישט נאנט צום וויינגארטן." ("סחור סחור" איז א שם הפועל און ס'איז עקסטער פאר זיך.)
4. "גיי גיי," זאגט מען, "דו נזיר, קום נישט נאנט ארום און ארום דעם וויינגארטן. (אזוי ווי די ערשטע, נאר "נזירא" איז א חלק פון וואס מ'זאגט.)
האסט נישט געברענגט קיין מקורות.
פרישה (אה"ע סימן כ"א) בהגהה מבן המחבר (כ"פ = כתונת פסים) האט געשריבן:
לך לך אמרין לנזירא (סחור סחור לכרמא לא תקרב ופירושו כאילו אמר אפילו סביב לכרם דהיינו ד״א לא תקרב דתרגום על סביב הוא סחור סחור כ״פ)
פרישה (אה"ע סימן כ"א) בהגהה מבן המחבר (כ"פ = כתונת פסים) האט געשריבן:
לך לך אמרין לנזירא (סחור סחור לכרמא לא תקרב ופירושו כאילו אמר אפילו סביב לכרם דהיינו ד״א לא תקרב דתרגום על סביב הוא סחור סחור כ״פ)
[/quote]
נאך א מראה מקום וואס צייגט ווי 1.
תורת חיים (ע"ז יז.) אמרינן לך לך לנזירא סחור סחור לכרמא לא תקרב, לאו דאמרי ליה שלא יקרב אל תוך הכרם וילך סחור סחור סביבו מבחוץ, דא"כ לכרמא לא תקרב לא אתי שפיר, דהוה ליה למימר לתוך כרמא לא תלך, א"נ בכרמא לא תלך, ועוד דא"כ לך לך סחור סחור תרתי למה לי, אלא משום דכל היכא דכתיב סביב מתרגמינן סחור סחור, לפי שהוא מן התיבות הכפולות כמו ירקרק אדמדם, ואמרינן ליה לנזיר שילך לו מן הכרם וירחיק עצמו ממנו בתכלית הריחוק, דאפילו סחור סחור לכרמא, דהיינו סביב הכרם, לא יקרב, דאפילו קריבה בעלמא אסור.
ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:
ווער ווייסט נישט וואס טייטש "ויקרא"? - "און ער האט גערופן". און אזוי ווייטער ויאמר, וידבר, וילך, ויצא וכו', אלעמאל ווי עס איז דא א 'ואו המהפך' טייטשט מען אין חדרים "און". די שאלה איז צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, גאר אסאך מאל וואס איך שטאלפער מיך אן ווען איך טייטש 'און'. איין דוגמא וואס איך געדענק יעצט 'ואם בן הוא והמיתן אותו', וויאזוי טייטשט מען עס? 'און אויב איז ער א זון און עטץ זאלטס אים הרגענען'? וואו קומט דא אריין א "און"? (בכלל איז מיר אינטערסאנט פארוואס ווערט באנוצט אין תנ"ך כמעט אייביג די ואו המהפך, ממש געציילטע פלעצער וואו עס שטייט געהעריג, וואס איז פשט?)
א שיינע שאלה.
ס'איז מסתבר אז דער "און" קומט צו טייטשן בוכשטעבליך, כאטש, ווי דו מערקסט אן, אפטמאל הערט זיך עס נישט גוט. ס'איז דער פאנאמען ביי יעדער איבערזעצונג פון איין שפראך צו אן אנדערער, אז די פונקטליכע טייטש קלעבט נישט אין געוויסע פעלער. "אם בן הוא והמתן אותו" מיינט אז אויב איז דאס קינד א יונגל, זאל דער המשך זיין אז מ'זאל אים הרג'ענען. מ'קען נישט טייטשן "און עטץ זאלטס אים הרג'ענען", ווייל אין אידיש רעדט מען קיינמאל נישט אזוי.
דאס איז דער מיעוט פעלער. רוב מאל שטימט יא דער "און", כאטש טיילווייז. "ויקרא אל משה" איז א המשך צו סוף פרשת פקודי, אזוי אויך "ואלה" איז אלעמאל מוסיף על הראשונים.
און אזוי איז רש"י ממשיך ווייטער: ואל תתמה על לשון ויהי שלא נא' היה, שיש לנו מקראות מדברים בלשון זה וזה דוגמתו (מ"א ו) את קירות הבית סביב להיכל ולדביר ויעש צלעות סביב, היה לו לו' עשה צלעות סביב, וכן (דה"ב ו) ובני ישראל היושבים בערי יהודה וימלוך עליהם רחבעם, היה לו לומר מלך עליהם רחבעם, (במדבר יד) מבלתי יכולת ה' וגו' וישחטם, היה לו לו' שחטם, (שם לו) והאנשים אשר שלח משה וגו' וימותו, מתו היה לו לו', (שמות ח) ואשר לא שם לבו אל דבר ה' ויעזוב, היה לו לומר עזב.
פון דעם אלעם זעהט מען קלאר אז א עתיד וואס נתהפך געווארן צו אן עבר דורך א ו' המהפך (וכן להיפוך), איז עס במקום דעם עבר אן א ו', און די משלים וואס רש"י ברענגט איז דוגמאות ווי מ'קען פשוט נישט אנדערש טייטשן, אבער דוק מינה אויף אנדערע פלעצער ווי מ'וואלט יאר געקענט טייטשן און, צ.ב.ש ויאמר וידבר. וכן נוהג החומש תורה ברורה.