הוא פורש ובוכה והן פורשין ובוכין
2) געדענקט ער נישט פון פאראיאר אז מ'האט אים געפרעגט? פארוואס וויינט ער נאכאמאל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
El Rushbo האט געשריבן: 1) האט דער כהן גדול נישט געלערנט מס' יומא, אז דאס איז א חלק פון דעם פראצעדור, און 'עכט' איז מען אים נישט חושד.
בדרך אפשר: די משנה איז געשריבען געווארן שפעטער און פארציילט וויאזוי עס איז געווען
2) געדענקט ער נישט פון פאראיאר אז מ'האט אים געפרעגט? פארוואס וויינט ער נאכאמאל
יתכן אז עס איז טאקע נאר געווען די ערשטע מאל אין נישט יעדער האט מיטגעהאלטען ממילא האט ער נישט געוויסט פון פריער. או אפשר י"ל אז טאקע דאס האט איהם געשטערט - עטס האטס דאך געזעהן פאריאר אז איך בין ערליך....
מונאוויטש האט געשריבן: א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול. 2) די שבועה איז נישט געווען עפעס א פארמאלע שפיל. מען האט אים עכט 'יא' חושד געווען; יוחנן כה"ג איז געווארן א צדוקי נאך 80 יאר.
ב. ער וויינט אויף דעם אז מען האט אים דאס יאר נאכאמאל חושד געווען.
אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ווען מען איז מדייק דארט אין יומא י"ט, זעהט מען אז די חכמים האבן זיך בעיקר געוואלט באווארענען אז דער כה"ג זאל נישט פארטוישן די עבודה און אנרעכטן די קטורת אינדרויסן כשיטת הצדוקים. הוא פורש ובוכה והן פורשין ובוכין וכו' וכל כך למה (השבועה הזאת למה. רש"י) שלא יתקן מבחוץ ויכניס כדרך שהצדוקין עושין.
אבער וואס טוט זיך מיט דעם עצם פראבלעם אז דער כה"ג, דער שליח ציבור וואס ברויך ברענגען א כפרה אויף כלל ישראל, איז א פארקרימטע צדוקי? והלועג על דברי חכמים נידון וכו', אויף דעם האט מען נישט געברויכט זארגן?
מונאוויטש האט געשריבן: א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול.
El Rushbo האט געשריבן: גערעכט.
נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?
El Rushbo האט געשריבן: גערעכט.
נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?
zugurnish האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן: גערעכט.
נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?
איך האב געברענגט פריער א לינק צו וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט אויף דעם.
דא האסטו נאך אמאל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=454
זע דעם עמוד און עמודים נאך דעם
El Rushbo האט געשריבן:מונאוויטש האט געשריבן: א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול.
דאס מאכט די מערסטע סענס, דהיינו, ס'איז נישט געווען א הלכה אז מ'דארף אים באשווערן, נאר די משנה פארציילט א מציאות אז מ'האט יעדע כ"ג פאקטיש חושד געווען. איז שוין נישט געווען קיין בכיה של חינם...
מונאוויטש האט געשריבן: תודה"ק אז די חכמים האבן נישט מורא געהאט אז דער כה"ג איז א צדוקי; פאר אזא איינעם העלפט נישט קיין שבועה, אזוי ווי מען זעהט דארט אין די ברייתא אין יומא י"ט אז א געוויסע כה"ג א צדוקי איז געשטארבן ווייל ער האט טראץ די שבועה אויסגעדרייט די עבודה.
מונאוויטש האט געשריבן: דער רבי לייגט אויך צו א הפלא'דיגן חידוש, אז יתכן אז מן התורה איז נישט אזוי קלאר אז מען טאר נישט אנרעכטן אינדרויסן, נאר וויבאלד די צדוקים האבן געהאלטן אז מען מוז אזוי טוהן די עבודה האבן די חכמים געזאגט אז מען טאר נישט , להוציא מלבם. ער ברענגט א ראי' פונעם רא"ש וואס זאגט אז מען האט באשוואוירן דעם כה"ג צו לייגן די קטורת על הגחלים לפני ולפנים "להוציא מלבם של צדוקים".
פייערמאן האט געשריבן:מונאוויטש האט געשריבן: תודה"ק אז די חכמים האבן נישט מורא געהאט אז דער כה"ג איז א צדוקי; פאר אזא איינעם העלפט נישט קיין שבועה, אזוי ווי מען זעהט דארט אין די ברייתא אין יומא י"ט אז א געוויסע כה"ג א צדוקי איז געשטארבן ווייל ער האט טראץ די שבועה אויסגעדרייט די עבודה.
די חלק שטייט אויך אין דברי יואל? שנעלערהייט האב איך עס נישט געזעהן, און אין תוספתא שטייט אז וועגן די מעשה האט מען מתקן געווען אז מען זאל משביע זיין.