סוכות - פארגעסט נישט "יאמר נא ישראל כי לעולם חסדו"!!
דער בעל תפלה ענדיגט מיט זיינע נענועים, הייבט אן יאמר נא ישראל כל"ח, דער ציבור ענטפער הודו לה' כי טוב כל"ח, און איז ממשיך מיט "יאמרו נא בית אהרן כי לעולם חסדו" אאז"וו.
ליידער, כאפן זיך אסאך מענטשן נישט אז זיי האבן אויסגעלאזט יאמר נא ישראל כל"ח.
אויב איינער לאזט אויס א זאץ אינמיטן הלל - האט ער נישט יוצא געווען מצוות הלל! (ועיין משנה ברורה שעה"צ תפ"ח ס"ק ב')
א מצוה גמורה דרבנן!!!
די בעלי תפילה ווערן געבעטן אויסצולאזן הויעך בקול רם " חסדו", כדי דער עולם זאל קענען ממשיך זיין מיט "יאמר נא ישראל..."