פנקס חברה קדישא בעיר צפת תובב"א - השתתפו בהעתקתה
איך בין פארבעטן געווארן דורך א חשוב'ער אינגערמאן, ארויסצוהעלפן מיט א פראיעקט משותף איבערצוזעצן א כתב יד פון א פנקס פון די חברה קדישא בעיה"ק צפת תובב"א פון די יארן תרט"ז-תרנ"ה.
דער פנקס טראגט א גרויס חשיבות פארמאנגדיג נעמען און פרטים פון דאס לעבן אין צפת הגלילית אין די פריערדיגע יארן, ווען דארט האבן געוואונט געהויבענע אידן פון פארשידענע מקומות, די פנקס פון וואס מיר רעדן איז פון די חברה קדישא פון די חסידים, דער פנקס הייבט זיך אן מיט אן העתקה פון די תקנות פון די חבר"ק מהרב הקדוש בעל בת עין מאווריטש זי"ע שמנו"כ בעיר צפת, און ווי אלע פנקסים ווערן אויסגערעכנט די נעמען פון די פארשידענע מתנדבים צו שטיין גרייט על כל צרה שלא תבוא מיט די פארשידענע אויפגאבעס ווען עס קומט די צייט ווען א איד גייט אוועק פון דער וועלט לחיי העולם הבא, אזוי אויך די נעמען פון חברים און נדבות, און נעמען פון נפטרים וכו'
דער פנקס איז געשריבן געווארן אין א משך פון פערציג יאר, מיט פארשידענע האנט-שריפטן איינס גרינגער און איינס שווערער, דער פקנס ליגט היינט צוטאגס אינעם ייוו"א לייברערי - מיקראפילם # 9676 - און קען געזען וועערן אויף די היברו-מאנוסקריפטס סייט. עס לויפט אויף ביילייפיג זיבעציג זייטן, נישט איבערגעפילט און דארף נישט נעמען לאנג מעתיק צו זיין בכח הרבים. די חומר פונעם פנקס טראגט א שטארקע חשיבות געוואור צו ווערן פרטים פון פארשידענע משפחות און תולדות הדורות פון יענע תקופה, וזכות הרבים תלוי און אלע משתתפים.
איך וועל פרובירן ארויפצוששטעלן איין בלאט אויפאמאל קודם, און ווער עס וויל זיך מתנדב זיין מעתיק צו זיין זאל באלד מעלדן דא, זאוי ארום אז צוויי מענטשן זאלן נישט ארבייטן אויף די זעלבע בלאט, און וויבאלד די בלאט איז נעתק אויפן פארום (אלעס דארף געטאן ווערן דא אין דעם אשכול) וועט מען ארויפשטעלן די קומענדיגע בלעטל להתעקה. עווענטועל קען מען לייגן צוויי בלעטער אדער מער אויםאמאל געוואנדן לויט די מתנדבים. איך וועל בל"נ נעמען די העתקות און עס ארויפשטעלן ין איין קובץ, און לאחר הגמר וועט מען עס צאמשטעלן אלס א קובץ והי' שכרם אתם ופועלתם לפניהם בעזהשי"ת.
-
אינצווישן וואס די ארבייט האט זיך שוין ב"ה אנגעהויבן, האבן מיר ערהאלטן א חשוב'ע ידיעה בענין הפקנס באישית, וז"ל הכותב:
איך האב מיך א מאהל א סך געפארעט אין דעם פנקס, וויל איך מציין זיין א חשוב'ע ידיעה: א גרויסע חלק איז גערשיבן געווארן דורך ר' אליעזר (דוב) בער קרויטהאמערב"ר יהודה ליב, הנגיד בצפת, מעיר קאלאמייא (זיין יחוס בריעף איז געדרוקט געווארן אין די צווייטע באנד פון נחלת צבי), דוק ותשכח ('אבי',' 'חמי', וכו')