אין צוגאב וואס איך האב פרייטאג געשריבן. איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז איך האב געמאכט אביסל ריסוירטש דעם וויקענד נאכן ליינען דא אלע טענות און איך קען זאגן ערשט-האנטיג דאס פאלגעדע.
מיינס א שוועסטער איז געזיצן די וואך איבער א דירה ביי עיקערס אינקלעיוו. זי האט זיך גע'יושבט אויב זי קען אדער זאל ספענדן דאס געלט פאר א דירה. זיי האבן שיינערהייט אויך אנגעטראגן א דירה אין שכונת ויואל משה פאר אסאך ביליגער.
דאס שעץ איך זייער, ווייל ער האט נישט גערודפט און געדרייט אז מזאל קויפן דווקא ביי דעם פראיעקט, וואס כאטש אין ויואל משה מאכט ער מסתמא אסאךך ווייניגער.
איך האב אבער אויך אנגערופן עמיצער פון די דעוועלאפארס און אנגעפרעגט איבער די קשיות און טענות דא.
זאגט מיר יענער. קוק, סיז קלאר אז מיר זענען דא פאר געלט. יא, פאר ביזנעס. אזויווי יעדע ארבייטער אויף דעם כדיר העולם. אבער כסאג דיר קלאר אז ווען מאיר יענקל מיט זיינע שותפים זאלן נעמען דאס געלט, די הונדערט מיליון דאללער און דאס אינוועסטירן אין מאנהעטן אין א פראפערטי וואלט ער לויט אלע שאצונגען געמאכט אסאך מער געלט! סיז קלאר אז ער וויל העלפן דעם ציבור און אז ער קען עס דעוועלעפאן פאר היימישע דירות וויל ער עס טוען. אוודאי נישט לשם מצוה.
צווייטעס, והוא העיקר, איך האב אים געפרעגט איבער די צומישענעש אין סקוועיר פיס פון זיינע דירות. סיז היינט א אפענע וועלט, די מענטשן זענען דא, מקען דאך רעדן מיט זיי, מקען אראפ גיין צו זיי אין אפיס. סיז נישט מעגליך סתם אזוי צו פארנארן דעם ציבור אזויווי מ'וויל דא אראפמאלן. האט ער מיר אריינגעשיקט א סקרין שאט פון זיין קאמפיוטער ווי ער צייגט פונקטליך די סקוועיר פיס וואס ער רעכנט וכדו.
איך שטעל עס דא ארויף, און איינמאל פאר אלעמאל זאל זיין קלאר פארן ציבור די נומערן און סייזעס. סיז נישטא קיין שום ספיקות און צומישעניש, בלויז וואס אגענדע געטריבענע אידן פראבירן צו מאכן. אלעס איז קלאר כשמש בצהריים.
איך וויל אבער ארויסברענגען א נקודה בעפאר. דא איז א פובליק פארום וואס יעדער ליינט. איך בין אפשר old school ivelt, (איך שרייב מיט מיין צווייטע ניק, פשוט איך זוך נישט צו ווערן א לויער פאר איינעם אדער א צווייטן, איך שרייב נאר וואס איך האב נאכגעטשעקט) אבער אמאל האט מען דא אובאכט געגעבן אויף א צווייטן איד. בעפאר איר אטאקירט סיי וועם קענט איר טוען דאס זעלבע וואס איך האב יעצט געטוען. מ'קען רעדן צו מאיר יענקל אינדיג, לייביש פריעדמאן, דער איד וואס מאכט די פלענס יואל מאאן און נאך אנדערע, און אן שפעקולירן און נאכזאגן מקוה נייעס קען מען דאך הערן און זעהן קלארע נומבערס. פארוואס אטאקירט מען מענטשן בלויז מיט לופט?
ערשטענס. די גרויסע אכט רומיגע זענען בערך 2400. עטליכע פיס ארויף, עטליכע פיס אראפ. ווענציך אין די דירה. - ווי איר קענט קלאר זעהן אויפן בילד -, און די פרייז איז 245 א ס.פ. דאס איז ביי עיקערס אינקלעיוו.(אלע נומערן וואס געוויסע פראבירן צו שרייבן אז מזאגט 2400 און סיז עכט 2100 וכדו זענען גלאט אזוי פאלש) ווידעראום ביי ויואל משה איז דאס גרעסטע 2300 ס.פ. און די פרייז איז צווישן 210 און 215 א ס.פ. און איר קענט דאס אויך זעהן אויף די בייגעלייגטע בילד.
אה. און לאמיך קלארשטעלן. ווי איר קענט זעהן אויף די סקרינשאט, ביי ביידע דעוועלאפמענטס. די 2400 איז "נישט" אריינגערעכנט די פארטש אדער די בעיסמענט, ווי עמיצער האט דא געשריבן. סאיז בלויז די הויז. אדרבא, קוקט שטארק. די גרינע אנגעצייכנט אויפן בילד. אדער פרעגט זיי אליין.
מרעדט דא נאכמאל און נאכמאל איבער 700 אלפים. סיז נישטא די פרייז. די גרעסטע דירה אין עיקערס אינקלעיוו איז אונטער 6 הונדערט.(בערך 590, בעפאר מ'נעמט זייטיגע זאכן, געוויס) ווידעראים אין ויואל משה האט איר א ריזיגע דירה, און די טייערסטע פרייז איז בערך 489 טויזענט.
דאס פארשטייט יעדער אז ער בעהט טייערער ביי עיקערס אינקלעיוו, וויבאלד ער שטופט נישט אריין אין איין לאט דאס מערסטע מעגליך, נוסח קרית יואל היינט צוטאג! נישט קיין 4-5 שטאק, נישטא קיין 30 משפחות אין א בנין, וכדו וכדו. זאכן וואס יעדער ווייסט. אבער עכ"ז זענען די נומבערס און פאקטן וואס דער עולם שרייבט דא שרעקליך איבערגעטריבן, פאלש, פארפירנד און אויפן בעסטן אופן, גרייזיג.
אז מרעדט שוין, לכשעצמי ווען מיין בני בית זאל ווען מסכים זיין, וואלט איך געקויפט א פריוואטע דירה ערגעץ ארום דעם שטעטל. דאס איז וואס איך גלייך. איך בין נישט זיכער אז אוועראל לוינט זיך עס אין פרייז, אבער דאס גלייך איך. למעשה אבער האב איך חתונה געהאט...
ניס קראכער האט געשריבן:
ערעב זיבל ס'וועג פון טראכטן צו יא ארויס מופן אין גלילות צו נישט ווענד זיך גאר שטארק אין ווי מ'קויפט פלייש! ופשוט הוא
אשאד אז זיידי בערל לבית לעבעדיגער ס'תגובה איז אנטרינען געווארן פון דא פאריגע וואך. ווי ער האט עס שיין אויסגעשמועסט חבל!
אבי גערעדט! מאנכע בראקערס ווילן אראפלייגן אזא בילד כדי לכה"פ צו כאפן איין זייט פולקאם, ס'איז אבער נאריש אזוי צו זאגן, נישטא קיין שום אפהאלט ביי קיין איינעם פונעם פשוטן המון עם זיך צו ציעהן צו די גלילות צוליב די חסידות, אוודאי די שטאטישע (גשמיות) טאטעס האבן א אינטערעסע מ'זאל בלייבן, אבער זייער אינטערעסע איז בכלל נישט די אינטערעסע פונעם ציבור, פונקט ווי די אינטערעסע פונעם ציבור איז נישט זיער אינטערעסע ודי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קרעטשמע מאן האט געשריבן:
אין צוגאב וואס איך האב פרייטאג געשריבן. איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז איך האב געמאכט אביסל ריסוירטש דעם וויקענד נאכן ליינען דא אלע טענות און איך קען זאגן ערשט-האנטיג דאס פאלגעדע.
ערשטענס. די גרויסע אכט רומיגע זענען בערך 2400. עטליכע פיס ארויף, עטליכע פיס אראפ. ווענציך אין די דירה. - ווי איר קענט קלאר זעהן אויפן בילד -, און די פרייז איז 245 א ס.פ. דאס איז ביי עיקערס אינקלעיוו.(אלע נומערן וואס געוויסע פראבירן צו שרייבן אז מזאגט 2400 און סיז עכט 2100 וכדו זענען גלאט אזוי פאלש)ווידעראום ביי ויואל משה איז דאס גרעסטע 2300 ס.פ. און די פרייז איז צווישן 210 און 215 א ס.פ.און איר קענט דאס אויך זעהן אויף די בייגעלייגטע בילד.
איך מיין אז דאס איז א טעות, אויב איך געדענק גוט, דארף זיין און שכונות ויואל משה דירות פון 2800 ס.פ. און אויך פון 3000 ס.פ. אויב איינער האט מער אינפו זאל ער עס ביטע מיטיילען יישר כח

לייען נישט מיין תגובה. קוק די סקרינשאט פון שכונת ויואל משה. עס שטייט די נומער זייער קלאר.
לגבי די אנדערע תגובות. איך פלאן נישט צו זיין א לויער דא פאר עמיצן. און איך זיך נישט צו פארענטפערן קיינעם, איך האב דאס בלויז צוגעלייגט בדרך אגב. אבער עס גענוג פאר מענטשן וואס זוכן טענות זיך צו ארויפכאפן אויף סיי וואס, כאטש אנקער חשבון איז קלאר פאלש. ואכמ"ל, עכ"פ פאר מיר.
איך בין אריינגעקומען כדאי מזאל אויפהערן שפעקולירן איבער נומערן, סייזעס און פרייזן. איך האב עס געברענגט דאס בעסטע וואס מעגליך. ווער עס זוכט באמת צו קויפן קען יעצט זעהן וואס ער באקומט. ווער עס זוכט צו שרייבן, און האט אינטערנעט סערוויס, וועט ווייטער שרייבן כדאי נישט צו גיין ליידיג.
קרעטשמע מאן האט געשריבן:
זאגט מיר יענער. קוק, סיז קלאר אז מיר זענען דא פאר געלט. יא, פאר ביזנעס. אזויווי יעדע ארבייטער אויף דעם כדיר העולם. אבער כסאג דיר קלאר אז ווען מאיר יענקל מיט זיינע שותפים זאלן נעמען דאס געלט, די הונדערט מיליון דאללער און דאס אינוועסטירן אין מאנהעטן אין א פראפערטי וואלט ער לויט אלע שאצונגען געמאכט אסאך מער געלט! סיז קלאר אז ער וויל העלפן דעם ציבור און אז ער קען עס דעוועלעפאן פאר היימישע דירות וויל ער עס טוען. אוודאי נישט לשם מצוה.
יוי. נאר דעיס האט נאך אויסגעפעלט. ער וואלט געקענט הונדערט מיליאן דאלער (גראדע איך וואלט אויך...) אבער וועמענס הונדערט מיליאן, האט ער דאס אינוועסטירט פון טאש? האט ער דאס אינוועסטירט פון א באנק לאון? ער אינוועסטירט בלויז א קליין חלק פון זיך, רוב געלט באקומט ער דאך דורך נעמען פונעם ציבור שיינע ערנסטע דעפאזיטס ״פארן בויען״ און מיט יענעם׳ס געלט וואלט ער געקענט אינוועסטירן אין מאנהעטן?
די לאט אליין האט געקאסט איבער 70 מעלאונעס און דעיס האט ער נישט געבארגט פון די קונים.
עניוועי, קרעטשמע מאן, מען מעג מאכן געלט, אמעריקא איז א קעפיטעליסטישע מדינה און די אלע וואס לאזן נישט די דיוועלאפערס מאכן געלט פרובירן אריינציברענגן קאמעניזעם דא. עס פעלט נישט אויס צי זאגן אז עס איז לשם מצוה.
אה.. צי איך גיי קויפן דארט? זיכער נישט ווייל איך האב שכל, און כהאב געקויפט פאר סאך ביליגער, אבער מאיר יענקל האט אויך שכל און ער מעג מאכן געלט, ער צווינגט דיך נישט צי קויפן. איך קען נישט דערליידן די טענות און מענות אויף ביזנעס לייט, ווילאנג ער צווינגט דיך נישט קענסטו קיינע טענות האבן. דו ביסט אן עדאלט און יענער איז אן עדאלט, און קיינער צווינגט דיר גארנישט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

איך האב קלאר געשריבן אז ער איז "נישט" דא לשם מצוה, ער וויל מאכן געלט.

וואס דען מיינט לשם מצוה? די שרייבסט אז ער קען ווען מאכן אסאך מער געלט ווען ער אינוועסטירט 100 מעלאונעס אין מאנהעטען ,נאר פשוט ער וויל צושטעלן דירות פאר אחינו בני ישראל , טאמער דערלייגט ער איין דאלאר נאר אויפן דיעל איז עס לשם מצוה ,אין אנדערע ווערטער ווי איז דער הייליגער בארדיטשובער, משה מארגערעטען ארבעט לשם מצוה פאר פדיון שביום און עקיבא הערש קליין שטעלט צו דירות לשם מצוה, ממש אכשר דרא
ניס קראכער האט געשריבן:
ערעב זיבל ס'וועג פון טראכטן צו יא ארויס מופן אין גלילות צו נישט ווענד זיך גאר שטארק אין ווי מ'קויפט פלייש! ופשוט הוא אשאד אז זיידי בערל לבית לעבעדיגער ס'תגובה איז אנטרינען געווארן פון דא פאריגע וואך. ווי ער האט עס שיין אויסגעשמועסט חבל!
אבי גערעדט! מאנכע בראקערס ווילן אראפלייגן אזא בילד כדי לכה"פ צו כאפן איין זייט פולקאם, ס'איז אבער נאריש אזוי צו זאגן, נישטא קיין שום אפהאלט ביי קיין איינעם פונעם פשוטן המון עם זיך צו ציעהן צו די גלילות צוליב די חסידות, אוודאי די שטאטישע (גשמיות) טאטעס האבן א אינטערעסע מ'זאל בלייבן, אבער זייער אינטערעסע איז בכלל נישט די אינטערעסע פונעם ציבור, פונקט ווי די אינטערעסע פונעם ציבור איז נישט זיער אינטערעסע ודי
גיי צייל די נומערן פין די וואס זענען ארויס פנעם שטעטל, פראצענטיש איז עס פיל מער ביי איין ציבור ווי די אנדערע.

כ'האב נישט די נומערן, אבער איך קען פארשטיין אז אויף די ליסט פון סיבות פארוואס צו בלייבן אין שטעטל, קומט ביי איין צד צו נאך א סיבה וואס איז נישטא ביים צווייטן צד, קען זיין די סיבה מאכט אויס ביי א געוויסע פראצענט, אבער חוץ מזה, ביידע אדמורי"ם שיקן זייערע מענטשן ארויס, ביידע האבן בתי מדרשים דארט, ביידע האבן שוין געמאכט קביעות מזוזות, מצד הרוחני איז נישטא קיינער וואס האלט צוריק אדער רעדט אפילו אפ, ביודעי ובמכירי קאמינא פון כמה וואס זענען געגאנגען זיך דורכרעדן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ניס קראכער האט געשריבן:
ערעב זיבל ס'וועג פון טראכטן צו יא ארויס מופן אין גלילות צו נישט ווענד זיך גאר שטארק אין ווי מ'קויפט פלייש! ופשוט הוא אשאד אז זיידי בערל לבית לעבעדיגער ס'תגובה איז אנטרינען געווארן פון דא פאריגע וואך. ווי ער האט עס שיין אויסגעשמועסט חבל!
אבי גערעדט! מאנכע בראקערס ווילן אראפלייגן אזא בילד כדי לכה"פ צו כאפן איין זייט פולקאם, ס'איז אבער נאריש אזוי צו זאגן, נישטא קיין שום אפהאלט ביי קיין איינעם פונעם פשוטן המון עם זיך צו ציעהן צו די גלילות צוליב די חסידות, אוודאי די שטאטישע (גשמיות) טאטעס האבן א אינטערעסע מ'זאל בלייבן, אבער זייער אינטערעסע איז בכלל נישט די אינטערעסע פונעם ציבור, פונקט ווי די אינטערעסע פונעם ציבור איז נישט זיער אינטערעסע ודי
גיי צייל די נומערן פין די וואס זענען ארויס פנעם שטעטל, פראצענטיש איז עס פיל מער ביי איין ציבור ווי די אנדערע.
ביידע אדמורי"םשיקן זייערע מענטשן ארויס,ביידע האבן בתי מדרשיםדארט,ביידע האבן שוין געמאכט קביעות מזוזות, מצד הרוחני איז נישטא קיינער וואס האלט צוריק אדער רעדט אפילו אפ, ביודעי ובמכירי קאמינא פון כמה וואס זענען געגאנגען זיך דורכרעדן
מצד די רביים און בתי מדרשים איז טאקע אזוי אבער ביים ציבור נישט, א גרויסע עולם וויל נישט אוועקגיין פינעם גרויסען חצר און אדמורו"ת ווירטשאפט וואס געפינט זיך אינעם צענטער פין שטעטל, והוא פשוט.