קען מען כשר'ן Granite counter-tops?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

קען מען כשר'ן Granite counter-tops?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעגרעישען »

Granite counter tops איז געמאכט פין שטיין, און כמבואר בשו"ע קען מען כשרן שטיין.

די פארבלעם איז אבער אז רוב GRANITE COUNTERS האבן א COATING פון סיליקאן וואס האלט צירוק וואסער וכדו' פין דורך רינען די פיצעלע לעכער וואס איז נאטירלעך דא שטיין, אין די סיליקאן שטאפט צו די לעכער.

האט איינער עני ידיעה וואס סיליקאן איז, וואספארא הלכה האט עס, איז עס חרס (וועס מקען נישט כשרן) איז פלעסטיג אדער גלאז (אויף ביידע איז שוין דא אין פוסקים תשובות), בקיצור איז די שאלה קען מען כשרן סיליקאן

איך האב שוין געפרעגט א מורה הורכה מומחה וואס האט נישט געוויסט וואס די הלכה מיט סיליקאן איז.

עס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן (וואס פריער).
אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעגרעישען »

יעצט זעה איך די OU שרייבט אז עס איז נישט קיין פראבלעם ווייל עס ווערט absorbed.

Granite counters can be kashered even though a sealant had been applied. The sealant is absorbed into the stone, and does not act as a chatzitza (barrier) to kashering


איך פארשטיי אבער נישט, עס איז דאך געמאכט צו אנפילן די לעכער, פארוואס איז נישט די סיליקאן אין די לעכער א שאלה פאר זיך.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אינטעגרעישען האט געשריבן: Granite counter tops איז געמאכט פין שטיין, און כמבואר בשו"ע קען מען כשרן שטיין.

די פארבלעם איז אבער אז רוב GRANITE COUNTERS האבן א COATING פון סיליקאן וואס האלט צירוק וואסער וכדו' פין דורך רינען די פיצעלע לעכער וואס איז נאטירלעך דא שטיין, אין די סיליקאן שטאפט צו די לעכער.

האט איינער עני ידיעה וואס סיליקאן איז, וואספארא הלכה האט עס, איז עס חרס (וועס מקען נישט כשרן) איז פלעסטיג אדער גלאז (אויף ביידע איז שוין דא אין פוסקים תשובות), בקיצור איז די שאלה קען מען כשרן סיליקאן

איך האב שוין געפרעגט א מורה הורכה מומחה וואס האט נישט געוויסט וואס די הלכה מיט סיליקאן איז.

עס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן (וואס פריער).

א קאוטינג פון סילעקאן? ס'האט א צווייטע פראבלעם אז ס'איז נישט איין שטיק שטיין נאר ס'איז א געגאסענע זאך. מיין מורה הוראה האט פארגעלערנט אז לגבי פסח קען מען עס נישט כשרן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעגרעישען »

סאיז נישט קיין געגאסענע זאך.

עס איז כמה מיני קאונטערס, quartz איז געגאסן, GRANITE איז גאנצע שטיקער שטיין (SLAB).
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

סילעקאן איז א געמויזעכץ פון אסאך מינע געז. https://www.google.com/search?q=what+is ... e&ie=UTF-8
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

רוף אן איינע פון די מיטל יעריגע מורה הוראה וועט ער דיר לכאורה וויסן וואס צו ענטפערן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

די מפתח הכשרת פון התאחדות הרבנים שרייבן לגבי פסח בזה"ל "די פון סערעמיק טיילס, גלאז, פייבערגלעז, גרעניט קען מען נישט כשרן. מען דארף דאס גוט איבערדעקן מיט ברעטער"

פרעג דיין געווענטליכע דיין וואס צו טוען
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעגרעישען »

ווי געשריבן אויבן האב איך שוין געפרעגט א דיין, (א מיטליעריגער אין גראדע א מומחה אין כשרות און אין מציאותדיגע זאכן, און ער האט אויפגעברנגט די פראבלעם פין סיליקאן אבער ווייסט נישט וואס צו זאגן ווייל ער ווייסט נישט די מציאות וואס דאס איז צו מקען עס כשרן).

וואס עס איז מיר יא אינטרעסאנט צו וויסן איז, איך האב געזעהן סיי פון די OU אין סיי פין STAR K אז מקען כשרן גרעניט אפילו אויב עס האט א סילינט (דהיינו סיליקאן), ווייל עס שטערט נישט די כשרו (עס איז נישט קיין חציצה), אבער פארוואס איז עס נישט קיין פראבלעם פארזיך עס קען בולע און פולט זיין.

קען זיין אז דאס איז פין די קילות פין די אויבענדערמאנטע הכשרים אדער אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אויף זיי.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5878
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

א זאך וואס קען בולע ופולט זיין דארף מען צי קענען כשר'ן א זאך וואס נישט קען מען נישט כשר'ן
אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעגרעישען »

להבהרת הענין - איך האב צויי שאלות

1) איז סיליקאן א זאך וואס מקען כשרן
2)אויב נישט, מאכט דאס אז מזאל נישט קענען כשרן די גרעניט, אדער וויבאלד עס ווערט absorbed אין די שטיין איז עס נישט קיין פראבלעם (וכOU)
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אינטעגרעישען האט געשריבן: ווי געשריבן אויבן האב איך שוין געפרעגט א דיין, (א מיטליעריגער אין גראדע א מומחה אין כשרות און אין מציאותדיגע זאכן, און ער האט אויפגעברנגט די פראבלעם פין סיליקאן אבער ווייסט נישט וואס צו זאגן ווייל ער ווייסט נישט די מציאות וואס דאס איז צו מקען עס כשרן).

וואס עס איז מיר יא אינטרעסאנט צו וויסן איז, איך האב געזעהן סיי פון די OU אין סיי פין STAR K אז מקען כשרן גרעניט אפילו אויב עס האט א סילינט (דהיינו סיליקאן), ווייל עס שטערט נישט די כשרו (עס איז נישט קיין חציצה), אבער פארוואס איז עס נישט קיין פראבלעם פארזיך עס קען בולע און פולט זיין.

קען זיין אז דאס איז פין די קילות פין די אויבענדערמאנטע הכשרים אדער אויף דעם קען מען זיך פארלאזן אויף זיי.

דעמאלס רוף אן די מעין אפיס פון די דיינים דקהלתיך
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2903
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

צוויי נקודות:
נישט אלע גרעניט קאונטערס זענען געסילט, ווענדט זיך וואס דו קויפסט.
מארבעל סיעלט מען אויך.
בילד
dinrap
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

אינטעגרעישען האט געשריבן: Granite counter tops איז געמאכט פין שטיין, און כמבואר בשו"ע קען מען כשרן שטיין.

די פארבלעם איז אבער אז רוב GRANITE COUNTERS האבן א COATING פון סיליקאן וואס האלט צירוק וואסער וכדו' פין דורך רינען די פיצעלע לעכער וואס איז נאטירלעך דא שטיין, אין די סיליקאן שטאפט צו די לעכער.

האט איינער עני ידיעה וואס סיליקאן איז, וואספארא הלכה האט עס, איז עס חרס (וועס מקען נישט כשרן) איז פלעסטיג אדער גלאז (אויף ביידע איז שוין דא אין פוסקים תשובות), בקיצור איז די שאלה קען מען כשרן סיליקאן

איך האב שוין געפרעגט א מורה הורכה מומחה וואס האט נישט געוויסט וואס די הלכה מיט סיליקאן איז.

עס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן (וואס פריער).


און אז דיין מורה הוראה מומחה ווייסט נישט, ווילסט די אז די מורה הוראות פון אייוועלט זאלען דיר דאס פסק'נען?
דיין מורה הוראה וואס פסק'ענט דיינע איסור והיתר שאלות ווייסט נישט ביי וועם די קענסט אנפרעגען?
אינטעגרעישען
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2016 12:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעגרעישען »

סאיז נישט אז ער ווייסט נישט קיין הלכה וואס האט קאמפלעצירטע פרטים וכדו', ער ווייסט פשוט נישט די מציאות, פארוואס זאל נישט קענען זיין אז איינע פין ידענים פין אייוועלט זאל וויסן מער איבער די מציאות, אדער איבער א דיין וואס האט דאס שוין דורכגעטוהן עד הסוף?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אינטעגרעישען האט געשריבן: סאיז נישט אז ער ווייסט נישט קיין הלכה וואס האט קאמפלעצירטע פרטים וכדו', ער ווייסט פשוט נישט די מציאות, פארוואס זאל נישט קענען זיין אז איינע פין ידענים פין אייוועלט זאל וויסן מער איבער די מציאות, אדער איבער א דיין וואס האט דאס שוין דורכגעטוהן עד הסוף?

רוף אן קארלוסבורג בית דין אדער ענליכע בתי דינים וואס טוען דורך קאמפליצירטע שאלות , סתם דיינים ווייסן נישט אזאנע שאלות , עס איז נישט קיין טעגליכע שאלה אבער איך ווייס אז אסאך אידן וואס האבן געקויפט הייזער בגלילות קרית יואל האבן געהאט די שאלה ,קענסט פרובירן אנפרעגן מענטשן וואס האבן דארט געמופט
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אינטעגרעישען האט געשריבן: סאיז נישט אז ער ווייסט נישט קיין הלכה וואס האט קאמפלעצירטע פרטים וכדו', ער ווייסט פשוט נישט די מציאות, פארוואס זאל נישט קענען זיין אז איינע פין ידענים פין אייוועלט זאל וויסן מער איבער די מציאות, אדער איבער א דיין וואס האט דאס שוין דורכגעטוהן עד הסוף?

קוק איבער מיין תגובה פון 7:41pm וועסטו זעהן פון וואס ס'איז געמאכט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”