איז כדאי צי דינגען א קאר אין ארץ ישראל

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

איז כדאי צי דינגען א קאר אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

איך האף אי"ה צי זיין אין א"י די וואך פון לג בעומר, כ'האב געטראכט פון ארויס דינגען א קאר דארט , תיכף נאכן אנקימען ,ביים עיר פארט, און מיט דעם וואגן ארים פארן און אנקימען ווי מען דארף, "מירון" וכ"ו
איז וויל איך פרעגען מיינע טייערע פריינט דא, איז דאס כדאי צי טין, איך קען מיך נישט אויס דארט , כ'וועל מיך נאר פארלאזן אויף א GPS ,וואס כ'וועל דינגען מיט די קאר, אויב איינער האט דאס שוין אמאל געטין , זיי מוחל און טייל מיט דיין עקספיריענס
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אויב דו האסט דאס געלט, יא.

און טאקע מיט א זשי פי עס, מיר האטעס זייער געהאלפן און כ'האב נישט חרטה געהאט, מאך נאר זיכער פון דאהי אלע טשארזשעס, אז נישט, וועט מען דיר דארט אפריפן (עם פינטעלך בשני הפ'.) אזוי ווי ס'ברויך צו זיין.

דאס בעסטע איז אז דו ערלעדיגסטעס מיט די וואס אדווערטייזן זיך דאהי אז זיי טוען דאס, ווי למשל אורה טרעוועל, א.ד.ג.
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

איך הער(כ'מיין דיך) זאגסט געלט! איך האב מיך איינגערעדט ,אז דינגען א קאר דארף מיר אויסקימען ביליגער ווי ארימציפארן, מיט די טארס ,ווי למשל מיט האפמאנס וכדו'
אפשר זאגסטי מיר טאקע וועלעכע קאר רענטל די האסט געניצט, אז די ביסט געווען ציפרידען,ני וואס זאל איך מיך זיכען גליקען,און אריינפאלען מיט עפעס א שווינדלער,וואס דאס איז א זאך וואס ס'פעלט נישט דארטן,
נאך אזאך ,וואס איז מיט פארקען,ווי קען מען שטעלן די קאר ,אויף די פיצעלע שמאלע ירושלימדיגע געסאלעך, ווי אזוי האסטי דיך אן עצה געגעבן
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האנישט געזאגט אז ס'וועטער אויסקומען טייערער ווי די טורס, כ'ווייס טאקע נישט.

איך האב געניצט הערץ, מיט איינעם גראס פון דאהי עס עי עיזשענט, באט אויב דו קויפסט למשל דיין טיקעט ביי אורה, און ער ערלעדיגט אויך די קאר, מיינעך אז דו קענסטעך ערגעץ שפארן, כ'בין נישט זיכער.

כ'האמעך געדרייט אין בית שמש, סאו וועגן פארקינג קענעך דיר נישט ענטפערן.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

צו פארן קיין מירון מיט א געדינגענע קאר וואלט איך דיר נישט גערוטן, ווייל מ'קען עניוועי נישט אנקומען ביז 4 מייל אויב נישט ווייטער פונעם מערה, צילוב וואס גאנץ מירון איז אפגעשפארט, אחוץ מיט א פערמיט.

נאר סטם ארימפארן וואלט איך דיר יא גערוטן, שטייצעך אז די האסט א פלאן ווי אנצוקומען ווייל אז די ווילסט וויסן ווי ס'איז אינטערסאנט צו גיין, וועסטו מיט א GPS אויך נישט וויסן ווי ס'איז אינטערסאנט, אבער אויב האסטו א פלאן איז זייער ראטזאם צו דינגען און זיי גיבן צו א מאפע און ס'איז זייער גרינג זיך אויסצוקענען..

מיט דאנק אין שעצונג "דער לוסטיגער"
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

כבוד רב ליסטיג, יאך וועל יא לכאורה מיזן פארן קיין מירון מיטן קאר,ווייל איך וויל האבן דאס וועגעלע מיט מיר, ארים צי רייזן דארט אינעם גליל העליון, מסתם איז דא עפעס א שאטעל וואס ברענגט דעם עולם נעטער(אזוי וויל איך עכ"פ) ,אגב אפשר קענסטי מיר מיט טיילען ווי איז אינטערסאנט צי גיין, די מקומות הקדושים ווייס איך מער ווייניגער, בד"וו אין " ראמאלע" אדער "דשענין" קען מען זיך אריינכאפן. זאגסט אוואדי אז יא,אריין קען מען,אבער נישט ארויס ה"י
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אל כבוד הרב כפתור,

די מעשה מיט א קאר איז אזוי, עס איז דא דארט פארשידענע קאר רענטעלס, עיוויס, הערטס, שלמה סיקסט, בודזשעט, וכו', מען קען זיכער באקומען ביליגער אויב מען באשטעלט דורך אן אגענט, (גראדע האב איך א חבר אן אגענט, וואס ארלעדיגט פאר ביליג, פאר מער פרטים ווענדט זיך אין אישית), אבער עס איז כדאי אז דו זאלסט וויסן, אז אין עירפארט, קומט צו א טשארדזש פון בערך דרייסיג דאלער, עירפארט טשארדזש, אלזא, אויב דו ווילסט נאר די קאר אויף ארומצופארן, לוינט מן הסתם, צו דינגען אין ירושלים.
נעקסט, פארקן, עס ווענדט זיך וואו דו גייסט האבן דיין אכסניא, אויב ביסטו אין א האטעל, איז דארט זיכער דא פארקינג, אויב ביסטו אין עזרת תורה-מנחת יצחק געגענט, איז אויך גאנץ נישקשה מיט די פארקינג, אין מאה שערים, איז שוין אנדערש אביסל, עס איז אביסל שווערער. עס ווענדט זיך אסאך אויב מען האט געלערנט אין ארץ ישראל, ודי, אבער פון דיין שאלה זעהט אויס אז דו האסט נישט געלערנט אין ארץ ישראל, ממילא, נקוט האי כללא בידך, וואו דו זעהסט א ליידיגע ספאט, שטעל אוועק דיין וועגעלע דארט, ווילאנג עס שטערט נישט קיין אנדערע, ואכמ"ל.
יעצט בנוגע מירון. מיט א פריוואטע קאר, קען מען נישט אנקומען נאר ביז אונטן פון די בארג מירון, און מען דארף פון דארט נעמען א באס, וואס פירט ארויף צום דארף מירון, דארט איז פובליק טראנספארטאציע היבש גוט צוגעשטעלט, און דער עיקר, דארט געט מען בעפארצוג פאר די באסעס ווי פאר די קארס, דאס מיינט אז די וואס קומען מיט באסעס, קומען אן שנעלער און נענטער ווי די מיט קארס,
האסט א ברירה צו לאזן דיין קאר אין צפת, און נעמען פון דארט א באס קיין מירון, אלעס ווענדט זיך וואו דו ווילסט אלס פארן דארט אין די געגנט, און ווילאנג דו ווילסט ספענדן, ביי יעדע פלאץ, ווייל אויב דו ווילסט נאר גיין צום בית החיים אין צפת, און צו די תלמידי בעש"ט אין טברי', איז כמעט א שאד, צו גיין מיט א קאר, ווייל דו קענסט נעמען א באס פון ירושלים קיין טבריה, און נאכער קיין צפת, און נאכער צום גרויסן יומא דהילולא במירון.
אויך ווענדט זיך עס, ווען דו ווילסט זיין אין מירון, בייטאג אדער ביינאכט, וואו גייסטו נעכטיגן, וכו' וכו'.
ומה שכתבתי לעיל, זה רק על קצה המזלג. ותן לחכם ויחכם עוד.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

בקשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

ווייסט איינער פון א קאר רענטל און עירפארט
און א''י
(וואס רעכענט נישט פאר שבת ויו''ט)

אדער איינער וואס קען מיר העלפן מיט דעם
ראובן שמעון
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 03, 2016 3:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן שמעון »

סאדע_באטל האט געשריבן: אל כבוד הרב כפתור,

די מעשה מיט א קאר איז אזוי, עס איז דא דארט פארשידענע קאר רענטעלס, עיוויס, הערטס, שלמה סיקסט, בודזשעט, וכו', מען קען זיכער באקומען ביליגער אויב מען באשטעלט דורך אן אגענט, (גראדע האב איך א חבר אן אגענט, וואס ארלעדיגט פאר ביליג, פאר מער פרטים ווענדט זיך אין אישית), אבער עס איז כדאי אז דו זאלסט וויסן, אז אין עירפארט, קומט צו א טשארדזש פון בערך דרייסיג דאלער, עירפארט טשארדזש, אלזא, אויב דו ווילסט נאר די קאר אויף ארומצופארן, לוינט מן הסתם, צו דינגען אין ירושלים.
נעקסט, פארקן, עס ווענדט זיך וואו דו גייסט האבן דיין אכסניא, אויב ביסטו אין א האטעל, איז דארט זיכער דא פארקינג, אויב ביסטו אין עזרת תורה-מנחת יצחק געגענט, איז אויך גאנץ נישקשה מיט די פארקינג, אין מאה שערים, איז שוין אנדערש אביסל, עס איז אביסל שווערער. עס ווענדט זיך אסאך אויב מען האט געלערנט אין ארץ ישראל, ודי, אבער פון דיין שאלה זעהט אויס אז דו האסט נישט געלערנט אין ארץ ישראל, ממילא, נקוט האי כללא בידך, וואו דו זעהסט א ליידיגע ספאט, שטעל אוועק דיין וועגעלע דארט, ווילאנג עס שטערט נישט קיין אנדערע, ואכמ"ל.
יעצט בנוגע מירון. מיט א פריוואטע קאר, קען מען נישט אנקומען נאר ביז אונטן פון די בארג מירון, און מען דארף פון דארט נעמען א באס, וואס פירט ארויף צום דארף מירון, דארט איז פובליק טראנספארטאציע היבש גוט צוגעשטעלט, און דער עיקר, דארט געט מען בעפארצוג פאר די באסעס ווי פאר די קארס, דאס מיינט אז די וואס קומען מיט באסעס, קומען אן שנעלער און נענטער ווי די מיט קארס,
האסט א ברירה צו לאזן דיין קאר אין צפת, און נעמען פון דארט א באס קיין מירון, אלעס ווענדט זיך וואו דו ווילסט אלס פארן דארט אין די געגנט, און ווילאנג דו ווילסט ספענדן, ביי יעדע פלאץ, ווייל אויב דו ווילסט נאר גיין צום בית החיים אין צפת, און צו די תלמידי בעש"ט אין טברי', איז כמעט א שאד, צו גיין מיט א קאר, ווייל דו קענסט נעמען א באס פון ירושלים קיין טבריה, און נאכער קיין צפת, און נאכער צום גרויסן יומא דהילולא במירון.
אויך ווענדט זיך עס, ווען דו ווילסט זיין אין מירון, בייטאג אדער ביינאכט, וואו גייסטו נעכטיגן, וכו' וכו'.
ומה שכתבתי לעיל, זה רק על קצה המזלג. ותן לחכם ויחכם עוד.


מצטרף לכל הנ"ל זייער שיין און זייער גוט
קדוש ונורא האט געשריבן: ווייסט איינער פון א קאר רענטל און עירפארט
און א''י
(וואס רעכענט נישט פאר שבת ויו''ט)

אדער איינער וואס קען מיר העלפן מיט דעם

רוב קאר רענטעל'ס און א"י נעמען נישט אויף שבת
דא איז א נאמבער פון א אמריקאנע יונגערמאן וואס וואינט און א"י ער איז א אגענט פאר קאר רענטעלס אלע און א"י נוצען אהים
ער הייסט פנחס ראטטענבערג 00972527163165
נעם עס נישט פערזענדליך איך מיין נאר דיין ניק!
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

ראובן שמעון האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן: אל כבוד הרב כפתור,

די מעשה מיט א קאר איז אזוי, עס איז דא דארט פארשידענע קאר רענטעלס, עיוויס, הערטס, שלמה סיקסט, בודזשעט, וכו', מען קען זיכער באקומען ביליגער אויב מען באשטעלט דורך אן אגענט, (גראדע האב איך א חבר אן אגענט, וואס ארלעדיגט פאר ביליג, פאר מער פרטים ווענדט זיך אין אישית), אבער עס איז כדאי אז דו זאלסט וויסן, אז אין עירפארט, קומט צו א טשארדזש פון בערך דרייסיג דאלער, עירפארט טשארדזש, אלזא, אויב דו ווילסט נאר די קאר אויף ארומצופארן, לוינט מן הסתם, צו דינגען אין ירושלים.
נעקסט, פארקן, עס ווענדט זיך וואו דו גייסט האבן דיין אכסניא, אויב ביסטו אין א האטעל, איז דארט זיכער דא פארקינג, אויב ביסטו אין עזרת תורה-מנחת יצחק געגענט, איז אויך גאנץ נישקשה מיט די פארקינג, אין מאה שערים, איז שוין אנדערש אביסל, עס איז אביסל שווערער. עס ווענדט זיך אסאך אויב מען האט געלערנט אין ארץ ישראל, ודי, אבער פון דיין שאלה זעהט אויס אז דו האסט נישט געלערנט אין ארץ ישראל, ממילא, נקוט האי כללא בידך, וואו דו זעהסט א ליידיגע ספאט, שטעל אוועק דיין וועגעלע דארט, ווילאנג עס שטערט נישט קיין אנדערע, ואכמ"ל.
יעצט בנוגע מירון. מיט א פריוואטע קאר, קען מען נישט אנקומען נאר ביז אונטן פון די בארג מירון, און מען דארף פון דארט נעמען א באס, וואס פירט ארויף צום דארף מירון, דארט איז פובליק טראנספארטאציע היבש גוט צוגעשטעלט, און דער עיקר, דארט געט מען בעפארצוג פאר די באסעס ווי פאר די קארס, דאס מיינט אז די וואס קומען מיט באסעס, קומען אן שנעלער און נענטער ווי די מיט קארס,
האסט א ברירה צו לאזן דיין קאר אין צפת, און נעמען פון דארט א באס קיין מירון, אלעס ווענדט זיך וואו דו ווילסט אלס פארן דארט אין די געגנט, און ווילאנג דו ווילסט ספענדן, ביי יעדע פלאץ, ווייל אויב דו ווילסט נאר גיין צום בית החיים אין צפת, און צו די תלמידי בעש"ט אין טברי', איז כמעט א שאד, צו גיין מיט א קאר, ווייל דו קענסט נעמען א באס פון ירושלים קיין טבריה, און נאכער קיין צפת, און נאכער צום גרויסן יומא דהילולא במירון.
אויך ווענדט זיך עס, ווען דו ווילסט זיין אין מירון, בייטאג אדער ביינאכט, וואו גייסטו נעכטיגן, וכו' וכו'.
ומה שכתבתי לעיל, זה רק על קצה המזלג. ותן לחכם ויחכם עוד.


דאס האט ער געשריבן פאר 'ל''ג בעומר במירון' נישט א גאנץ יאר..
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”