מיט זייער הערשאפט?
יא! מיין רבי האט אויך אזוי געטייטשט. אבער וואס בין איך שולדיג אז ער האט נישט געטראפן בעסער'ס?
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
שמן זית האט געשריבן: רש''י און פרשת בראשית אויף טרם יצמח זאגט אזד טרם איז טייטש עדיין לא אין יודיש מיינט עס עס האט נאכנישט געשפראצט און
טרם תיראון טייטש עטץ האטס נאכנישט מורא קודם איז טייטש פאר
יידישיסט האט געשריבן: זעהט אויס בפשטות אז דאס ווארט "קודם" טייטשט זיכער ווי מיר ווייסן דאס, דאס איז דאך דער אנגענומענער טייטש וואס שטאמט פון די מקורות. נאר דאס וואס די מפרשים זאגן אז אויב "טרם יצמח" וואלט מען געמיינט "קודם יצמח" וואלט משמע געווען אז די צמיחה איז שוין געווען איז לכאורה דווקא צוליב דעם ספעציפישן צוזאמשטעל פונעם "יפעל" נאכ'ן "קודם". ד.ה. ווען איך זאג "קודם שיצמח...." אזוי-ווי דער אבן-עזרא שרייבט מיינט עס טאקע אוודאי "איידער דעם שפראצן". דא אבער ווילן מיר טייטשן "קודם יצמח" (אויב "טרם" הייסט "קודם"), און דער באדייט דערפון איז "עס האט שוין פריער געשפראצט".
פארוואס טאקע דארף עס אזוי טייטשן ביי דעם צוזאמשטעל? לאמיר דערפאר א בליק טון אויפ'ן פסוק אין בראשית אלס ביישפיל: "וכל שיח השדה קודם יהיה בארץ" - יעצט דער "יהיה" וואס קוקט אויס ווי א לשון-עתיד קען אינעם לשון המקרא מיינען אויך אן עבר (אזוי-ווי פשטות "אז ישיר משה"), אדער כאטש א הווה תמידי (אזוי-ווי "ככה יעשה איוב כל הימים"). יעצט, אויב זאל שטיין פארדעם "קודם" וועט דאס מיינען "קודם [כבר] היה בארץ" - עס איז שוין געווען פריער אויף דער ערד. דאס טייטשט די צמיחה דערפון, אדער די הויה דערפון איז שוין געווען "קודם". עס איז לכאורה קלאר אז דאס איז זייער כוונה, און נישט אינעם עצם ווארט "קודם".
bailout האט געשריבן:שמן זית האט געשריבן: על צבאותם מיינט מיט זייערע פארזאמלונגען
גאנץ גוט, עטליעסט בעסער פון 'הערשאפט'.
איצטערט זיי מוחל אין טייטש מיר אפ.
ד' צבאות
יצא צבא בישראל
farshlufen האט געשריבן: דאס ווייס איך אז אין היינטיגן שפראך דארף עס דאס באדייטן, די פראגע איז אבער צו האט דאס א מקור אין תנ"ך אדער ס'איז סתם א פארדרייטע אויסגעטראכטע ווארט?
תֹּכֶן שֵם ז' contents ; gist, substance ; list of contents (book)
תֻּכַּן פ' פועל to be designed
תּוֹכֵן שֵם ז' (archaic) astronomer
הוּכַן פ' הופעל to be prepared, to be readied
תּוֹךְ שֵם ז' inside, interior ; basis, main idea, central theme
תָּוֶךְ שֵם ז' center, middle ; (physics) medium ; (art) solvent ; בתווך - in between, in the middle
farshlufen האט געשריבן: הער אידישיסט, וואו קאן מען טרעפן די רשימה פון ר' יהודה הלוי, איז דאס געדרוקט אדער אוועילעבל אנליין?
מיללער האט געשריבן:
אידישיסט,
איך וואלט אויך געוואלט זעהן די רשימה אויב מעגליך.