דערבארומדיג'ער האט געשריבן: כמדומה לי אז מיין זיבן יעריג טאכטער איז א ENTJ און מיין פינעף יעריג אינגל איז א ENFP, עס איז זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי זיי פארטראגן זיך, קריגן זיך, באטראכטן די וועלט, ביידע באטראכטן די וועלט אבער זיי האבן א אנדערע צוגאנג.
דער ENFP פרעגטמיר זעלטן וויאזוי זאכן ארבעטן, אנטשטאט "זאגט ער"כסדר זיינע אייגענע הסברים וויאזוי די וועלט ארבעט, ער מאכט זיך אויף אייגענע דמיונות און ער זאגט פשט,
הערסט, איך מיין אז מיינס איז אויך א א ENFP. און זיי שטעלן זיך צאם זייער אייגענע טעאריע וויאזוי די וועלט ארבעט. יו אידעס אינטערעסאנט. שטעלט צאם...
למשל: ''איך ווייס וויאזוי ביינאכט ווערט טונקל! דער באשעפער האט א ריזיגע באטן און ווען ער דריקט די באטן ווערט טינקל!'' אין אנדערע ווערטער, ער האט געכאפט אז דא קומט פאר א טויש, עס ווערט טונקל, פאר א סעקונדע האט ער אפשר געטראכט א פראגע "וויאזוי געשענט עס?" אבער ער גייט גלייך צום דמיון און ער פיקט אויף א הסבר וואס שטימט מיט זיין הבנה איבער מאכן ליכטיגקייט און טונקעלקייט, ער איז עוסק אין די ''סברא'' נישט און די ''שאלה''
עס מאטערט אים נישט צו פארשטיין פארוואס / וויאזוי, אנטשטאט איז ער זיך מתענג מיט זיין הסבר, זעט אויס אז ער מוז נישט עכט וויסן וויאזוי עס ווערט באמת טונקל.
ביי מיינעם איז עס אויך אזוי. ס'מאטערט נאר פאר א Ti. אבער דער Ne האט זיך שוין זיין וועלט. שמועס מיט אים, און נעם ארויס וויפיל דמיונות דו קענסט.
דער ENTJ פרעגט סאך אפטער קשיות, און זי וויל הערן א 'אויסגעהאלטענע' הסבר עס איז מערקבאר די חילוק צווישן זיי ווייל זי פרעגט א שאלה און ווארט צו הערן א ענטפער, עס איז איר נישט אינטערעסאנט אליינס צו דמיונען הסברים ווייל זי וויל דאך הערן די עכטע וועג, זי מוז נישט טרעפן עפעס א תירוץ אז די קשיא זאל מער נישט שווער זיין, זי וויל פשוט וויסן! וואס איז אינטערעסאנט צו טראכטן אייגענע סברות איבער מעגליכע הסברים? זי וויל דאך פשוט וויסן וויאזוי עס ארבעט אין רעאליטעט.
אין אנדערע ווערטער, דער Ne מוז נישט וויסן דעם 'אמת' ער האט הנאה פון סיי וועלכע 'אינטערעסאנטע הסבר' משא''כ דער Te האט הנאה פון וויסן וויאזוי א זאך ארבעט, עס מוז נישט זיין א אינטערעסאנטע הסבר, עס מוז זיין די אמת'ע ענטפער.
לכאורה קומט אויס אז א Ne וועט טרעפן פאלטשע הסברים משא''כ דער Te וועט ענדערש גיין מיטן אמת.
יא, אוודאי, א Te גייט שטארק מיט'ן אמת. מיט די ריאליטי.
אבער עס איז אויך יתכן אז א ENFP וועט זוכן דעם אמת נאכמער ווי א ENTJ אדער ESTJ, ווייל זיין Fi פונקציע איז מחשיב דעם אמת, ובפרט ווען זיין Te פונקציע אנטוויקלט זיך און ער הייבט אן בעסער פארשטיין דער חילוק צווישן א אמת'ער תירוץ און א דמיונ'דיגער תירוץ, וועט זיין צווייטע Fi נישט זיין צופרידן ווען זיין ערשטע Ne פונקציע סערווירט אים מיט א דמיון, און ער וועט זיך אנשטרענגן צו נוצן דערגיין דעם אמת מתוך אהבתו לאמת.
פאר די באנוץ פון Si פונקציע ביים ENFP זע איך נאכנישט קיין עצה..
קודם מוז איך דיר זאגן אז איך האב הנאה פון דיין תגובה. זעהט אויס אז א ENFP איז א ENFP. דאס הייסט: אז דו האסט ליב צו אבזערווירן און טרעפן נייע איידיעס.
איך האב אויך נישט קיין עצה. אבער איך גיי דיר זאגן א זאך וואס האט מיר אמאל זייער געבאדערט, און דאס איז 'סדר היום'. סדר היום איז ביי מיר געווען אזאך וואס איך האב זייער אוועקגעשטאנען פון אזא געדאנק. די גאנצע Si איז סדר. איבערטון די זעלבע זאך יעדן טאג. דאס איז Si.
Si איז נישט איבערטון די זעלבע זאך יעדן טאג, ס'איז א אינערליכער שפיר וואס האלט זיך שטארק אינעם מענטש. אזוי ווי דו ביסט באוואוסטזיניגט אגאנצן טאג צו די Affect וואס זאכן ארום מאכן דיר: איך פיהל אזוי, איך פיהל אזוי. (יעצט בשעת איך ליין נשמה'ס שרייבעריי שפיר איך אזוי און אזוי אינעווייניג, איך פיהל אזוי און אזוי.. אביסל אנדערש ווי פריער, ס'האט ביי דיר א געוויסע קאליר, נישט נאר א קאליר, נאר אין די קאליר אליין האט עס אויך פארשידענע סארטן... געפילן האבן ביי דיר א גאנצע, אזוי ווי די וואס זענען מעלערס, זיי האבן ביי זיך א גאנצע רייע מיט צענדליגער סארט רויט. אזא רויט, אזא רויט, אזא רויט, אזא רויט. וכו'. אזוי אויך מיט דיינע געפילן.
גיי זיי מסביר פאר א Ti, אז ס'דא אזויפיל מינע געפילן. ער גייט זאגן: אוודאי אידא... ער גייט נישט כאפן פון וואס דו רעדסט. דו גייסט נישט כאפן ווען ער גייט דיך זאגן: ס'דא אזויפיל מינע וועגן וויאזוי איך פארשטיי וואס עס קומט פאר ארום מיר... דו פארשטייסט עס ? איך אויך נישט. אבער זיי וועלן דיך קענען זאגן: ס'דא אזויפיל מינע וועגן אין די קלארקייט וויאזוי איך פארשטיי די וועלט ארום מיר.
שוין. יעצט בנוגע Si. ס'קומט פון שפירן די זעלבע זאך. געב א קוק: ווען דו טייפסט, נוצטו Si. דו ביסט שוין אמאל געווארן דיסטרעקטעד פון טייפן די ריכטיגע אות. ס'לויפט אטאמאטיש. דו שפירסט, יעצט דארף איך טון דאס און נאר דאס און נאר דאס און נאר דאסאון שוין. דו שפירסט עס. דאס איז Si. אזוי שטארק שפירט א SI וואס ער האט צו טון.
גארנישט לויפט נישט אריין צו צעשטערן זיין געלויף. וועסט קוקן אויף דיין יונגעל וועסטו זעהן, אז ער טוט דייקא נישט די זעלבע זאכן יעדן טאג. דיין מיידל אויך נישט ממש. דיין מיידל האט Ni די צווייטע פונקציע. ווארשיינליך אויך נישט. אבער דיין טאכטער האט די Si גאר די זעקסע, אבער ס'קריגט זיך נישט מיט איר Ne.
ביי א ENFP קריגן זיך די Ne מיט די Si. די Ne זאגט: איך וויל נייע איידיעס. איך לויף אריין אין קאך, און איך גיי טון עפעס א נייע זאך. "עס איז שוין צייט צו גיין שלאפן" זאגט די מאמע... אבער זיין Ne וויל עפעס א נייע איידיע. אדער פארצייל מיר אין בעט א מעשה וואס איך גיי דערפון שאפן עפעס א נייע איידיע. ניין, פארצייל מיך נישט יענע מעשה. יענע מעשה האב איך שוין ארויסגעשעפט אלע נייע איידיעס.
דיין טאכטער האט אויך ליב מעשה'לעך, אבער דאס איז צוליב די Ni. און די Te. זי האט מן הסתם ליב צו באסן און איינטיילן פארן קליינעם וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. הער אויס אלעס האט א לאגישער סיסטעם. וויאזוי קען זי זעהן אז מ'טוט פארקערט פון לאגיק. אבער יעדער קען זיך אויסארבעטן די מידות. האב נישט מורא פון די פונקציעס. אלעס איז גוט. ס'ווענט זיך אין חינוך.
שלמה המלך זאגט חנוך לנער על פי דרכו. על פי זיינע פונקציעס. זעהסט אויפן קינד אז ס'טוט אזוי און אזוי, פון דעם לערן דיך אפ וויאזוי דו זאלסט אים מחנך זיין.
די זעלבע זאך יעדן טאג, קען אויפבויען די Si. נישט אוועקצונעמען די Ne. די געזונטע וועג איז, א פלאץ צו שאפן נייע איידיעס, אבער דאך זיך איינגעוואוינען צו טון די זעלבע זאך יעדן טאג, נישט דאס איז די תכלית, צו טון די זעלבע זאך יעדן טאג. דאס איז נישט די תכלית. די תכלית איז צו אויפבויען די אינערליכע שפיר פון זיך האלטן אין Track.
דאס מיינט: Distracted. מ'זאגט אז א ADD ווערט דיסטרעקטעד. די דיסטרעקשן קומט פון א מלחמה פון די הויפט פונקציע מיט די Si. אפילו דאכט זיך אז ESFP קענען אויך האבן ADD. די Se פונקציע מאכט זיי זוכן נייע Stimulation.
א ENFP זוכט Stimulation פון נייע איידיעס. א ESFP זוכט סטימיולעשן פאר זיינע פינף חושים. דאס קען אויך דיסטרעקטן. פאר א ESFP זאגט מען: דו דארפסט טראכטן. דהיינו Ni/
מאכן אז מ'זאל יעדן טאג טון די זעלבע זאך, מיט אוועקנעמען די געלעגנהייט פאר Ne גייט סתם פייניגן. די זאך איז: אויפצובויען די אינערליכע טרעק. אזוי ווי דו לערנסט אויס טייפן. חנוך לנער על פי דרכו, זיי מחנך דיין קינד, על פי דרכו, לויט די וועג וויאזוי ער פירט זיך יעדן טאג, אויב ס'איז א גוטע וועג, און דאן גם כי יזקין לא יסיר ממנו, פארוואס ? ווייל Si.
שוין.