וויכטיג מאכער האט געשריבן:
שעיאכעס, הערליך שיין באשריבן, און איך ווייס פון וואס דו רעדסט, מ'קען רעדן צו מענטשן, און זיי וועלן נישט הערן, ווייל זיי זענען אין די בלעקבערי.
אבער ס'דא וואס זענען נישט אזוי...
שמערי, איך בין געווען ווען מ'האט געכאפט די בילד, די בילד איז געכאפט געווארן פאר משנה תורה, די חברה האבן זיך ספעשל אראפגעזעצט פאר די פיקטשער.
וויכי, כ'קען אפאר פון די אינגעלייט, אפשר זיי דארפן אראפזעצן דערפאר, אסאך אנדערע קען מען כאפן אן בעטן אויך, והבן.
הק' שמעלקא טויב נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה [email protected]
למעלה משבעים האט געשריבן:
בפשטות מיינט ערדאס. אגב זע וואס איך האב מסביר געווען דיין ווייטאג דארט, איך בין נאר נייגעריג צו געלעגער זעט נאך נישט איין אז די בב באנוצער איז ערגער ווי א באנוצער פון א נארמאלע סעל.
למעלה. אז די ברענגסט יא פון דארט וועל איך דא שרייבן א זאך וואס איך האב א וויילע צוריק אפגעשריבן אבער ווען איך האב עס געוואלט ארויף לייגן האב איך געטראפן א שלאס דארט. אלזא לייג איך עס יעצט דא:
און אז מ'רעדט שוין יא קען איך מיך נישט איינהאלטן פון ארויסברענגן מיין עגבער אויף דעם צייטונג.
יעדער האט שוין אודאי באמעקרט אז זיי האבן גענומען אויף זיך צו פירן א מערכה קעגן בלעקבעריס. איך גיי נישט אריין אינעם עצם זאך צו ס'גוט צו נישט. און צו דער שרייבער זעלבסט פארמאגט נישט איינס. אבער דאס וויל איך יא ארויסברענגן אז דאס אריינווארפן יעדע פאר שורות נאך א ווארט וועגן דעם איז טיפשות געמישט מיט קינדישקייט. ברענגט ער א בריוו פון א ליינער וועגן דענעוואן/דאווענען (אגב דאכט זיך אז ער האט גענימען די וויץ פון דא, קרעטשמע.) און ער פארגעסט נישט אריין צו ווארפן וועגן בלעקבעריס. איי וואו קומט עס אריין? קומט טאקע נישט!
ווען מ'באשרייבט אז א איד איז ארויסגעקומען מיט א נייע ספר וואס רעדט וועגן עניני חופה קען מען עס באשרייבן נארמאל אן דארפן אריין ווארפן אפאר מאל אז די ספר וועט צוריק ברענגן די ערענסקייט פון חופה'ס נאכדעם וואס איז אוועק גענומען געווארן דורך בלעק בעריס.. ווואאסס?? יא! איר ליינט גוט!
און נישט קומט מיך יעצט אטאקירן אז איך בין פון די וואס גלייכן בלעק בעריס אדער וואס. ניין! איך בין פון די אידן וואס רירן נישט צו צום כלי ביים דאווענען און אין מיינע ארכיוון האב איך אן ארטיקל וואס איך האב אמאל אפגעשריבן וועגן דעם.
אבער דאס טוישט נישט די פאקט אז א צייטונג מעג און דארף זיך אויפפירן מער אויפגעוואקסן ווי דאס.
ס'איז נאנט די טאג וואס קיין איין צייטונג וועט נישט איבערטרעטן מיין שוועל. אינטערעסאנט איז עס נישט, נישטא וואס צו ליינען. בילדער פון פייגלעך זעה איך יעדן טאג איך דארף נישט צאלן דערפאר 2.50.
איך ווייס אז איך גיי יעצט כאפן א שטויס פון שמעלקע אבער איך שיק עס.
געלעגער האט געשריבן:
ס'איז נאנט די טאג וואס קיין איין צייטונג וועט נישט איבערטרעטן מיין שוועל. אינטערעסאנט איז עס נישט, נישטא וואס צו ליינען. בילדער פון פייגלעך זעה איך יעדן טאג איך דארף נישט צאלן דערפאר 2.50.
איך ווייס אז איך גיי יעצט כאפן א שטויס פון שמעלקע אבער איך שיק עס.
א שטויס, וואס? א גלעט! ווארט נישט דער טאג זאל נאנט קומען, גיי שנעל אהין צו אים און פאלג נאך משפחת טויב, פון די טוזיענטער משפחות וואס נעמען נישט אריין פון די אלע זאכן (און יא, כ'האב, ליידער אין אפיס אינטערנעט!).
און דארפסט פארשטיין, א צייטונג, בפרט דער בלאט, באשטייט פון מענטשן וואס זוכן איין זאך: אז ס'זאל אינטערסאנט פארן ליינער, און אינטערסאנט מיינט "עפעס אנדערש" ווי טיפיקעל, מילא קייען זיי בלעקבערי וואסער. אבער וואס אן אמת איז אז די בלעקבעריס האבן טאקע אוועקגענומען די ערנסטקייט, אבער נישט נאר פון די חופת, נאר פון סיי וואס ס'זאל נאר זיין.
דאס אז די ניצט נישט דיין בלעקבערי ביים דאווענען איז א מוראדיגע זאך, ס'קומט דיר צוויי לאלי פאפ'ס, א רויטע און א גרינע! אבער ליידער ווען מ'זיצט צווישן מענטשן, אפי' אין גאר ערנסטע זמנים ווי דרשת התעוררות וכו', זיצט מען (איך זאג נישט אז די טוס'ט אזוי, כ'רעד פונעם רוב) מיט'ן שווארצן כלי און שוועבט אין ------- רח"ל.
ווען איר וועט טוען מיט'ן בלעקבערי ווי איר פלאנירט (און כ'האף אז איר וועט) טוען מיט צייטונגען, זענט איר מיין היראו אזוי ווי נאך פילע באקאנטע מיינע פון וועם כ'האב שוין כמעט "צוגענומען" דעם בלעקבערי.
הק' שמעלקא טויב נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה [email protected]
בנוגע די בלעקבעריס, דערמאנסטו מיר אז א געוויסע ארגענאזאציע וואס נעמט קער פון די ענינים, האט אמאל געמאכט א אסיפה ביי א געוויסן רבין אין שטוב, און אריבערגערופן סוחרים וואס פארקויפן בלעקבעריס, דן צו זיין אז אפשר זאל מען עס בכלל נישט טארן פארקויפן, צו כ'ווייס עפעס אזעלכע גדרים וסייגים וואס מען זאל מאכן. רופט זיך אן איינע פון די סוחרים, איידער מען הייבט אן די מיטינג זאל יעדער ביטע ארויסלייגן זיין טעלעפאן אויפן טיש! ביז צוויי מינוט איז דער טיש פיל געווארן מיט בלעקבעריס.... און מיט דעם האט זיך די אסיפה געשלאסן!
איך האב ב"ה נישט קיין בלעקבערי, איך רעד נאר כלפי די צייטונג שרייבערס וואס איבעראל ברענגן זיי אריין בלעקבערי, איידער זיי טייפן דעם ווארט זאלן זיי טאפן וואס זיי האבן ביי זיך אין טאש.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.