אלטערנאטיווע טראנספארטאציע נ.י. סיטי - אפסטעיט
סאיז מיר א חידוש אז היינט מיט די אויסטערלישע טרעפיק קאנדישאנס, פארוואס מענטשן פראבירן נישט אויס די NJ TRANSIT פון סאפערן\הערימען קיין פענן סטעישן? הגם איך בין נישט קייו טעגליכער קאמיוטער, אבער אין די פארגאנגענע פאר וואכן איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין מאנהעטן עטליכע מאל און איך האב גענומען דעם באס און איך האב אלס ספארט פראבירט דעם טרעין אפאר מאל.
וואס זאל איך אייך זאגן? דער טרעין איז א געווינער אין טראנספארטעשן, נישטא דער טרעפיק ארויס פון די סיטי, פלאץ איז דא בריוח, באקוועם פארט ער, ממש מקומט אן אהיים א מענטש.
איך האב יא אנגעטראפן עטליכע אידן דארונטער עטליכע חסידישע אידן וואס האבן יא דערשנאפט דעם סוד פון דעם טרעין. אבער סאיז א פלא פארוואס צווישן אזויפיל קאמיטערס פון די צוויי שטארק חסידישע געגנטער מיט הונדערטער קאמיוטערס טעגליך, ווערט נישט דיר טרעין א פריימערי טראנספארטאציע מיטל קיין מאנהעטן.
אגב א חודשליכער קארטל מיט אנלימיטעד טריפס אויפן הערימען - נ.י. סיטי איז נאר $380
אויב פארט עמיצער 4 מאל א וואך קיין מאנהעטן האט ער אין א חודש בערך 34 טריפס צאלט מען ארום $11 א טריפ. אנע טרעפיק אנע שארט סטאפס, און א עקספרעס וועג אהיים.
יאכלו ענוים וישבעו