הילף פאר ארץ ישראל'דיגער געבוירענער צו קענען פארן קיין ארץ ישראל

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

הילף פאר ארץ ישראל'דיגער געבוירענער צו קענען פארן קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

כ'האב געזוכט צי מ'רעדט שוין דערוועגן און כ'האב עס נישט געטראפן.

ווי יעדער איינער ווייסט, גייט יעדער ארץ ישראל'דיגער געבוירענער (וואס האט זיך שפעטער אוועקגעצויגן פון דארט) אריבער שוועריגקייטן ביים פארן און קומען צו און פון ארץ ישראל.

און באמת איז דער פראבלעם אויך ביי אזעלכע וואס זענען געבוירן געווארן אין אמעריקע אבער זייערע עלטערן זענען געבוירן אין ארץ ישראל, זיי קענען אויך אויסשטיין ענליכע פראבלעמען.

כ'רעד נישט פון איינער וואס איז אנטלאפן פון מיליטער אדער זיך נישט געשטעלט צום מיליטער אין צייט. די רעדע איז פון איינער וואס איז דארט געבוירן געווארן אבער האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט אלס קליין קינד. און עמיגרירט קיין אמעריקע.

אצינד 65 יאר שפעטער וויל ער פארן קיין ארץ ישראל, אבער ער שטייט אויס צו ווערן ארעסטירט דארט אין לופטפעלד לפי דיניהם, צוליב וואס ער האט נישט געדינט דארט אין מיליטער.

לעצטנס מאכן זיי אפי' פראבלעמען ביי אזעלכע וואס בלויז זייערע עלטערן קומען פון אר"י, אפי' זיי אליין נישט.

וואס איז דער נארמאלער פראצעדור דאס מסדר צו זיין?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

ס׳דארף צו זיין א צעטל וואס מ׳קען פיילן, אז מ׳זאגט זיך אינגאנצן אם פון די בירגערשאפט,
ס׳איז דא פלענטי וואס ניצן דאס,
The Divided States Of America
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יש בו האט געשריבן: ס׳דארף צו זיין א צעטל וואס מ׳קען פיילן, אז מ׳זאגט זיך אינגאנצן אם פון די בירגערשאפט,
ס׳איז דא פלענטי וואס ניצן דאס,

און דאס ווישט אויך אפ דעם אלטן 'חטא' פון זיך נישט שטעלן צום מיליטער ווען מ'איז נאך יא געווען א סיטיזען?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

יש בו האט געשריבן: ס׳דארף צו זיין א צעטל וואס מ׳קען פיילן, אז מ׳זאגט זיך אינגאנצן אם פון די בירגערשאפט,
ס׳איז דא פלענטי וואס ניצן דאס,

אוואו דארף מען דאס פיילן, און ווי לאנג דויערט אזא פראצעדור?

האט איינער עקספיריענס איבער דעם?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובה דורך יהלום »

איך ווייס נישט ווי מען מאכט און ווי לאנג עס נעמט (איך שטעל זיף פאר אז מען מאכט עס און דער עמבעסי און אמריקע)
אבער וואס יא נאכן עס מאכן גייט מען ארויף אויף זייערע שווארצע ליסטע און מען מעג נישט אריין גיין דארט און לאנד פאר א שטיק צייט (איך ווייס נישט פאר ווילאנג)
חוץ מזה בין איך נישט אזוי זיכער מיט דער הנחה אז זיי ארסטירען א מענטש וואס איז ארויס ביי דער 6 און קומט צוריק ביי דער 65, זיי מברר (ביי ריכטיגע מקורות)
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

יהלום האט געשריבן: איך ווייס נישט ווי מען מאכט און ווי לאנג עס נעמט (איך שטעל זיך פאר אז מען מאכט עס און דער עמבעסי און אמריקע)
אבער וואס יא נאכן עס מאכן גייט מען ארויף אויף זייערע שווארצע ליסטע און מען מעג נישט אריין גיין דארט און לאנד פאר א שטיק צייט (איך ווייס נישט פאר ווילאנג)
חוץ מזה בין איך נישט אזוי זיכער מיט דער הנחה אז זיי ארסטירען א מענטש וואס איז ארויס ביי דער 6 און קומט צוריק ביי דער 65,
דאס האב איך שוין מיטגעהאלטן ביי עטליכע אידן
זיי מברר (ביי ריכטיגע מקורות)
ווער זענען די ריכטיגע מקורות וואס קענען זיך אויס מיט אזעלכע זאכן?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מיינס א באקאנטער אן אמעריקאנער געבוירענער איז אמאל אויפגעהאלטן געווארן אין לופטפעלד אויפן וועג צוריק. די חטא: זיין מאמע האט אלס קינד מיט 60 יאר פריער געוואוינט אין א"י.

שוגענע לאנד.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

פישל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן: ס׳דארף צו זיין א צעטל וואס מ׳קען פיילן, אז מ׳זאגט זיך אינגאנצן אם פון די בירגערשאפט,
ס׳איז דא פלענטי וואס ניצן דאס,

אוואו דארף מען דאס פיילן, און ווי לאנג דויערט אזא פראצעדור?

האט איינער עקספיריענס איבער דעם?

געהאט א משפחה מיטגליד וואס האט עס אמאל געטון, מ'דארף אריבערגיין צו זייער קאנסולאט זיך אפזאגן פון בירגערשאפט, נאכדעם קען מען נישט אריינגיין קיין אר"י פאר מער פון א יאר.

אויב דו ביסט נישט דארט געבוירן נאר דיינע עלטערן, דארף נישט צו זיין קיין פראבלעם אויב פארסטו אליינס אן זיי, זיי וועלן עס בדר"כ נישט קענען אויפכאפן, (אייגענע עקספיריענס) אויב מ'פרעגט דיך אויס ביי פאספארט קאנטראל, זאג זיי נישט אז דיינע עלטערן קומען פון דארט אדער אז דו האסט דארט משפחה.

אין קעיס מ'כאפט דיך יא וועלן זיי פארלאנגען אז דו זאלסט מאכן א איזרעילישע פאספארט (אויב ביזט נישט קיין איינוואוינער דארט האט מען נישט קיין מיליטער פראבלעמען) רוב מאל קען מען פויעלן ביי זיי אז מ'וועט עס מאכן ערשט ווען מ'וועט זיין צוריק אין אמעריקע.

אויב האט מען טאקע 2 פאספארטס דארף מען דא אין אמעריקע ווייזן נאר די אמעריקאנער פאספארט און אין אר"י נאר די איזרעילישע.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

חלהדעקל האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן: ס׳דארף צו זיין א צעטל וואס מ׳קען פיילן, אז מ׳זאגט זיך אינגאנצן אם פון די בירגערשאפט,
ס׳איז דא פלענטי וואס ניצן דאס,

אוואו דארף מען דאס פיילן, און ווי לאנג דויערט אזא פראצעדור?

האט איינער עקספיריענס איבער דעם?

געהאט א משפחה מיטגליד וואס האט עס אמאל געטון, מ'דארף אריבערגיין צו זייער קאנסולאט זיך אפזאגן פון בירגערשאפט, נאכדעם קען מען נישט אריינגיין קיין אר"י פאר מער פון א יאר.

איך זוך דאך א עצה ער זאל יא קענען פארן...
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

פישל האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן: ס׳דארף צו זיין א צעטל וואס מ׳קען פיילן, אז מ׳זאגט זיך אינגאנצן אם פון די בירגערשאפט,
ס׳איז דא פלענטי וואס ניצן דאס,

אוואו דארף מען דאס פיילן, און ווי לאנג דויערט אזא פראצעדור?

האט איינער עקספיריענס איבער דעם?

געהאט א משפחה מיטגליד וואס האט עס אמאל געטון, מ'דארף אריבערגיין צו זייער קאנסולאט זיך אפזאגן פון בירגערשאפט, נאכדעם קען מען נישט אריינגיין קיין אר"י פאר מער פון א יאר.

איך זוך דאך א עצה ער זאל יא קענען פארן...

זיי גייען בדרך הטבע נישט משוגע מאכן א 65 יעריגן וועגן מיליטער, זיי גייען אים יא משוגע מאכן אז אזוי ווי ער איז א געבוירענער אין אר"י מוז ער האבן א איזרעילישע פאספארט, סאו אדער זאל אנגרייטן אויך א איזרעילישע פאס צו ווייזן דארט, אדער האפן פארן בעסטן און פארן נאר מיט א אמעריקאנער פאס, און זיי וועלן אים אריינסטעמפלן אז נעקסטע מאל מוז ער קומען נאר מיט א איזרעילישע פאס, אדער אין ערגסטן פאל וועט ער דארפן דארט גיין זיך מסדר זיין א איזרעילי פאס.
1 + 1 = חלה דעקל...
עוד הם מדברים
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד הם מדברים »

איך בין ממש דאס אריבער, איך בין געבוירן אין ארץ ישראל און געקומען אהער וואוינען אלץ קינד, און מצד די מדינה וואלט איך זיך געדארפט געהעריג שטעלן צום מיליטער.

ווען איך האב געוואלט לעצטנס פארן קיין ארץ ישראל, בין איך אריין צום איזראעילישן קאנסול אין מאנהעטן און געפאדערט א דיחוי/פטור מצד די טענה אז איך בין א "בן מהגרים" דאס הייסט אז איך בין א קינד פון אימיגראנטן פאר אסאך יאר שוין, און צוליב דעם זאל איך זיין פטור פון דינסט און קענען געהעריג אריינפארן אין לאנד.

למעשה האב איך טאקע אפאר וואכן שפעטער באקומען א דיחוי, און איך קען יעצט געהעריג פארן.

(נ. ב. ביים אריינגיין צו זיי בין איך געקומען מיט א טיקעט און זיי געוויזן אז מיינע נסיעה פלענער זענען גרייט, און איך וויל נאר מסדר זיין די חלק אז איך זאל קענען פארן, איך בין נישט זיכער אויב האבן דעם טיקעט האט פאקטיש געהאלפן, אבער צו מיר האט אויסגעזעהן אז זיי נעמען דאס אין באטראכט).
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

עוד הם מדברים האט געשריבן: איך בין ממש דאס אריבער, איך בין געבוירן אין ארץ ישראל און געקומען אהער וואוינען אלץ קינד, און מצד די מדינה וואלט איך זיך געדארפט געהעריג שטעלן צום מיליטער.

ווען איך האב געוואלט לעצטנס פארן קיין ארץ ישראל, בין איך אריין צום איזראעילישן קאנסול אין מאנהעטן און געפאדערט א דיחוי/פטור מצד די טענה אז איך בין א "בן מהגרים" דאס הייסט אז איך בין א קינד פון אימיגראנטן פאר אסאך יאר שוין, און צוליב דעם זאל איך זיין פטור פון דינסט און קענען געהעריג אריינפארן אין לאנד.

למעשה האב איך טאקע אפאר וואכן שפעטער באקומען א דיחוי, און איך קען יעצט געהעריג פארן.

(נ. ב. ביים אריינגיין צו זיי בין איך געקומען מיט א טיקעט און זיי געוויזן אז מיינע נסיעה פלענער זענען גרייט, און איך וויל נאר מסדר זיין די חלק אז איך זאל קענען פארן, איך בין נישט זיכער אויב האבן דעם טיקעט האט פאקטיש געהאלפן, אבער צו מיר האט אויסגעזעהן אז זיי נעמען דאס אין באטראכט).

ביסט געפארן מיט'ן אמעריקאנעם פאספארט?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
עוד הם מדברים
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד הם מדברים »

פישל האט געשריבן:
עוד הם מדברים האט געשריבן: איך בין ממש דאס אריבער, איך בין געבוירן אין ארץ ישראל און געקומען אהער וואוינען אלץ קינד, און מצד די מדינה וואלט איך זיך געדארפט געהעריג שטעלן צום מיליטער.

ווען איך האב געוואלט לעצטנס פארן קיין ארץ ישראל, בין איך אריין צום איזראעילישן קאנסול אין מאנהעטן און געפאדערט א דיחוי/פטור מצד די טענה אז איך בין א "בן מהגרים" דאס הייסט אז איך בין א קינד פון אימיגראנטן פאר אסאך יאר שוין, און צוליב דעם זאל איך זיין פטור פון דינסט און קענען געהעריג אריינפארן אין לאנד.

למעשה האב איך טאקע אפאר וואכן שפעטער באקומען א דיחוי, און איך קען יעצט געהעריג פארן.

(נ. ב. ביים אריינגיין צו זיי בין איך געקומען מיט א טיקעט און זיי געוויזן אז מיינע נסיעה פלענער זענען גרייט, און איך וויל נאר מסדר זיין די חלק אז איך זאל קענען פארן, איך בין נישט זיכער אויב האבן דעם טיקעט האט פאקטיש געהאלפן, אבער צו מיר האט אויסגעזעהן אז זיי נעמען דאס אין באטראכט).

ביסט געפארן מיט'ן אמעריקאנעם פאספארט?

איך האב טאקע דעמאלס ביים קאנסול איבערגעמאכט מיין ישראעלישן פאספארט וואס איז געווען יארן אפגעלאפן, און געפארן בין איך מיט ביידע, אבער ביים עצם אריינפארן אין לאנד האב איך גענוצט נאר דעם איזראעילישן דאכט זיך.
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

פישל האט געשריבן: כ'האב געזוכט צי מ'רעדט שוין דערוועגן און כ'האב עס נישט געטראפן.

ווי יעדער איינער ווייסט, גייט יעדער ארץ ישראל'דיגער געבוירענער (וואס האט זיך שפעטער אוועקגעצויגן פון דארט) אריבער שוועריגקייטן ביים פארן און קומען צו און פון ארץ ישראל.

און באמת איז דער פראבלעם אויך ביי אזעלכע וואס זענען געבוירן געווארן אין אמעריקע אבער זייערע עלטערן זענען געבוירן אין ארץ ישראל, זיי קענען אויך אויסשטיין ענליכע פראבלעמען.

כ'רעד נישט פון איינער וואס איז אנטלאפן פון מיליטער אדער זיך נישט געשטעלט צום מיליטער אין צייט. די רעדע איז פון איינער וואס איז דארט געבוירן געווארן אבער האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט אלס קליין קינד. און עמיגרירט קיין אמעריקע.

אצינד 65 יאר שפעטער וויל ער פארן קיין ארץ ישראל, אבער ער שטייט אויס צו ווערן ארעסטירט דארט אין לופטפעלד לפי דיניהם, צוליב וואס ער האט נישט געדינט דארט אין מיליטער.

לעצטנס מאכן זיי אפי' פראבלעמען ביי אזעלכע וואס בלויז זייערע עלטערן קומען פון אר"י, אפי' זיי אליין נישט.

וואס איז דער נארמאלער פראצעדור דאס מסדר צו זיין?

די עמבעסי אין מנהטאן דארף מען קענען אפזאגען די בירגער שאפט. (ווייס איך נישט אויב מען עס טין צווישען 18 - 41 ריף אריין אין זייער אפיס...
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

די ביסט געבוירן און א"י אדער און אמריקע?
איין זיך איז קלאר אז אויב זיי פרעגען דיך אויב די האסט א איזרעלישע פאספארט זאג נישט קיין ליגנט'ס!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

איך בין געבוירן אין ארץ ישראל
איך האב א דאקומענט וואס איך נעם מיט יעדעס מאל וואס איך פאר - אז איך האב "מוותר" (זיי רופן דאס אן ויתור - פאסט זיי נישט אז מען איז מבטל) געווען אויף מיין איזראעלישע בירגערשאפט - ממילא האב איך נישט קיין איזראעלישע פאספארט - און ס'שטייט אויפן דאקומענט אז מען דארף דאס מיטנעמען יעדעס מאל וואס מען פארט אהין
אמאל פלעגן זיי אריינשרייבן יעדן מאל אין פאספארט אדער "נולד בארץ" אדער "ויתור"
פאריגע מאל ווען איך בין געווען האבן זיי גארנישט געשריבן און נישט געבעטן (איינמאל האבן זיי מיר משוגע געמאכט צו ברענגען די ארגינאלע דאקומענט - נישט א קאפי)
לעצט פארראכטן דורך התבונני אום מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:50 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

גא"מ
אלץ יליד ארץ ישראל, בין איך ארויף צום איזרעאלי קאנסיל און גענומען א צעטיל אז איך קען פארן
לפי חקי סדום, בין איך פטור צו דינען אין צבא, וויבאלד איך וואוין אין חו"ל
שוין צענדליגער מאל געפארן אן קיין פראבלעמען
ביים גרעניץ אין ארץ ישראל דארף מען ווייזן דעם איזרעאלי פאס
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”