דערציילט א יוד: אין יאר תשי"א בין איך אנטלאפן פון די קאמוניסטישע אונגארן און איך האב אויסגעוואנדערט קיין עסטרייך, וואס פון דארט האט מען געקענט משתדל זיין צו פארן קיין ארץ ישראל אדער אמעריקא. אנקומענדיג קיין וויען, די הויפט שטאט פון עסטרייך, מיט עטליכע חברים, אליין אטן די עלטערן, האב איך געזען פלאקאטן פון די אמעריקאנע קאנסול אז בחורים אין די עלטער פון 18 ביז 25 יאר האבן די געלעגנהייט צו ווערן אמעריקאנער בירגער, און קענען פארן אויף אמעריקא. די סיבה דערפון איז געווען ווייל דעמאלטס איז פארגעקומען די קארעאר מלחמה, און די אלע בחורים וואס זענען געווארן בירגער, האט מען זיי תיכף ביים אנקומען קיין אמעריקא אריינגערופן אין מיליטער. איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון - דערציילט דער איד ווייטער - ביז איין טאג האב איך געטראפן החסיד ר' מנשה זונדל קעניג ז"ל, ער האט מיר מקרב געווען און זיך אינטערסירט אין מיין מצב, האט ער מיר געזאגט: שרייב זיך איין קיין אמעריקא, און דארט אין אמעריקא וואוינט דער סקווירא'ר רבי, ווען דו קומסט דארט אטן, זאלסטו גלייך אהינגיין, און דו דארפסט גארנישט מורא האבן, ווייל מיט'ן כח פון רבי'ן וועסטו געראטעוועט ווערן פון מיליטער. כ'האב אזוי געטון, צוזאמען מיט מיין חבר וואס ער איז שוין נעבעך נישט געווען ערליך, און מיר האבן זיך שוין גאר אין קורצן געטראפן אויפ'ן שיף פארנדיג קיין ניו יארק. אנקומענדיג קיין ניו יארק, ביך איך גלייך געפארן צום רבי'ן. מיר - וואס כ'בין געווען פרום און ערליך - האט דער רבי אנגעוואונטשן אז כ'זאל באפרייט ווערן; דאגעגן מיין חבר - וואס איז נישט ערליך געווען - האט דער רבי געגעבן א ברכה אויף הצלחה. און אזוי איז טאקע געווען, איך בין באפרייט געווארן, און מיין חבר איז צוויי וואכן שפעטער שוין געווען אויף די שיף קיין קארעא, ווי ער האט בערך צוויי יאר געדינט אין מיליטער.
פון ר' יעקב יוסף איז געבליבען לפי ידיעתי זיין ממלא מקום האדמו"ר מסקווירא און חתנו האדמו"ר מראכמאסטריווקא ב"פ, ווייסט איינער פון נאך קינדער פאר אדער נאך די קריג פונעם פריערדיגען סקווירא רבי?