מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

כא כא כא האט געשריבן:
KEWL האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
בכל אופן נישט אייביג העלפט דאס צאלען מער פאר א מלמד, אויב די מלמד איז פשוט באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדער.

דאס איז דא חורבן. געלונגענע יונגעלייט טרעפן זיך בעסערע פרנסות. בלייבסטו נ00אר איבער מיט מלמדים וואס זענען באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדיר נישט.

צאל מיר, וועסטע האבן מיר עקסעס צו מער טויגליכע מלמדים.

וויסט וואס ס'מיינט צאל מער? די ווייסט פון וויפיל ארבעטער מ'רעדט דא?

קומט מען צוריק צום שכר לימוד קאסט, פרעג איך דיר קען מען ארויף לייגן אויף עלטערן צו צאלן פאלי קאסט פער קינד?

מילא איז עס טאקע אן ערנסטע קריזיס אן א געהעריגע סעלאשן.

מ'דארף עפענען עקסטערע קלאסן אדער א נייע מוסד פאר טאטעס וואס ווילן האבן גיטע מלמדים
מ' וועט צאלן $2000 א וואך פאר א מלמד, אין $600-700 שכר לימוד
אין ווער ס'וויל נישט צאלן אזוי פיל שכר לימד וועט האבן די אנדערע מלמדים וואס מאכן $560 א וואך
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

פעטער שמואל האט געשריבן: עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב מלמדים טוען נאך עפעס אין די זייט ווי ענגליש טישטער אדער לערנען פרייוואט. ס''ה 8-9 שעה א טאג ארבעט. וועל איך דיר זאגן א סוד, איך ארבעט אויך 9 שעה טאג, און איך האב אויך א מענדעזשער צו וועם איך דארף ריפארטן, אין איך דארף אויך טוהן א צופרידנשטעלנדע ארבעט ווייל אויב נישט פלי איך, און איך באקום אויך נישט קיין קאמפלימענטס און אוודאי נישט קיין טיפס 3 מאל א יאר.

חוץ מזה צאל איך פולע פרייז שכר לימוד, באקום נישט קיין קיופאנס פאר פסח, אין איך האב נישט קיין סעקשאן 8, פוד סטעמפס, היעפ, מעדיקעיד והמסתעף.

אויכעט באקום איך נישט אףף דריי טעג פאר סוכות און א וואך פאר פסח און 2 וואכן זומער וועקעישאן.

אבי מען רעדט זיך אפ.

פראוגרעמס איז א נושא פאר זיך, אבער ווער עס וויל עס נעמען קען אויך טרעפן א געהעריגע דזשאב און ווייטער נעמען אלעס, און ווער עס וויל נישט מאכט דאך נישט אויס ווי ער ארבעט.

און איך ווייס נישט אין וועלכן מוסד מען געט א וואך פאר פסח און דריי טעג פאר סוכות, דער מוסד וואס איך שיק איז אפן יעדן וואכן טאג פון יאר, חוץ ער''פ און ערב סוכות, און די מלמדים באקומען בס''ה פינעף טעג א יאר פעיד ליעוו.
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

הרב_שלום האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן: 560

א העלפער פאר א נורסערי רבי מאכט מער ווי 560 און א מלמד מאכט אסאך מער ווי 560 און אויב האט די מלמד 4 קינדער אין די מוסדות וואס ער צאלט נישט קיין שכר לימוד איז עס נאך 250 א וואך
ווער עס האט די מעגליכקייט זאל ווייטער טיפען די מלמדים און אויב האט איר אפאר עקסטער דאללער דאן שטיצט די מוסדות ווי אייער קינדער לערנען (ווי די הייליגע רבי פלעגט זאגען ווער עס וועט שטיצען מיינע מוסדות וועל איך נישט שילדיג בלייבען) אבער די מלמדים זענען נישט קיין רחמנות
א B&H ארבייטער וואס צאלט שכר לימוד און טראנספארטאציע און האט נישט קיין פ.ס. איז א גרעסערע רחמנות

נישט אמת, איך האב גערעד צי א עקספעריענס כיתה א מלמד אין סאטמאר וומסב"ג מהריי וואס יעדער הרג'ט זיך צי שיקן צי עם ( וואס כידוע איז א כיתה א מלמד סאך שווערערע ארבעט ווי א כיתה ד' ה' ו' )
אין ער מאכט נישט מער ווי 560 א וואך

אין ער זאגט מיר אז אמת טאקע אז א b&h ארבעטער איז אויך א רחמנות
אבער ביי א מלמד קלאפט עס אויס אויף דיינע קינדער, ווען א מלמד מאכט חתונה אין ער דרייט זיך ארום אן א קאפ, האט ער נישט קיין קאפ אין חדר
מ'רעדט נישט דא צי מ'זאל שוינען די מלמד אדער די b&h ארבעטער
מ'רעדט דא צו די ווילסט האבן א גיטע מלמד פאר דיין קינד
אין א מלמד וואס וועט באקימען $2000 א וואך ארבעט אנדערש ווי א מלמד וואס באקומט $560 א וואך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נישטא קיין מלמדים קריזיס, נאר א הנהלה קריזיס. ס'ב"ה דא א שפע פון געלט צו בויען לוקזעריעזע בנינים און פארן מיט פריוואטע פליגער ווען מ'האלט אז דאס איז וויכטיג. טאמער וועט זיך עפענען אנדערע מוסדות מיט בעסערע מלמדים וועט מען פליצלינג זעהן אז מ'קען יא שאפן געלט צו גיבן גרעסערע געהאלט פאר מלמדים.
ס' שווער אויסצורעכענען ווי סאך מלמדים פארדינען אריינגערעכנט די בענעפיטן, חוץ מזה איז א חילוק ווען איינער פארדינט טויזענטדאללער אדער מ'פארדינט טויזענטדאללער ודי. און באמת אפילו ווען סיי וואלטן פארדינט צוויי טויזענט דאללער א וואך וואלטן זיי נאכאלץ נישט געהאט א רואיגע קאפ ביים חתונה מאכן ווייל די לייפסטייל וואלט געווען אויף א העכערע לעוועל פונקט ווי דער ארבעטער וואס פארדינט צוויי טויזענט א וואך.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

זעה איך א קיינער ערווענט נישט.
א מלמד דארף זיך ״אנגרייטן און פארקיקן״ אויף זיין אייגענע צייט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6947
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס געפעלט מיר די שפראך פון מלמד אדער B&H קוקט אויס אז דאס איז די איינציגסטע צוויי אפשענס

אז א מלמד מאכט ארום 750, און א געלונגען ע יונגערמאן קען אנקומען צו 1,500 איז עס דאפעלט. די שכר לימוד איז ווייניגער פון דעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

דריידל האט געשריבן: נישטא קיין מלמדים קריזיס, נאר א הנהלה קריזיס. ס'ב"ה דא א שפע פון געלט צו בויען לוקזעריעזע בנינים און פארן מיט פריוואטע פליגער ווען מ'האלט אז דאס איז וויכטיג. טאמער וועט זיך עפענען אנדערע מוסדות מיט בעסערע מלמדים וועט מען פליצלינג זעהן אז מ'קען יא שאפן געלט צו גיבן גרעסערע געהאלט פאר מלמדים.
ס' שווער אויסצורעכענען ווי סאך מלמדים פארדינען אריינגערעכנט די בענעפיטן, חוץ מזה איז א חילוק ווען איינער פארדינט טויזענטדאללער אדער מ'פארדינט טויזענטדאללער ודי. און באמת אפילו ווען סיי וואלטן פארדינט צוויי טויזענט דאללער א וואך וואלטן זיי נאכאלץ נישט געהאט א רואיגע קאפ ביים חתונה מאכן ווייל די לייפסטייל וואלט געווען אויף א העכערע לעוועל פונקט ווי דער ארבעטער וואס פארדינט צוויי טויזענט א וואך.

אוי ווי גערעכט. נישטא קיין מלמדים קריזיס אין ערגעץ.... שכר לימוד, בן גמלא, פראגראמען, דינער געלט, פאנדרעיזינג. אלעס גייט צום הנהלה. נישטא פאר וועם זיי ברויכן אפגעבן דין וחשבון וויפיל געלט אדער ווי דאס געלט איז אנגעקומען... ווילאנג דאס גייט אזוי אנגיין אדער ווילאנג ס'איז נישט דא קאמפאטישן וועט מען ווייטער העכערן שכר לימוד ביי יעדע געלעגנהייט, רייטן אויף עלטערן בכל עת מצוא, אין די איינציגסטע נישט צו בענעפעטירן דערפון וועלן זיין די מלמדים.

די פרעכהייט איז נאך ווען זיי קומען פארהאלטן אז פאר שכר לימוד האנדלט מען נישט! הלמאי, כל מזונותיו של אדם קצובין וכו'... בשעת וואס איך אין ער ווייסן אז ער איז א היפאקריט ווייל קיין איין דאלער פון די געהעכרטע שכר לימוד גייט נישט גיין פאר'ן מלמד....
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אפשר דאך? האט געשריבן:

ועוד לקרא
ווען מען זאל איינשטעלן א איינשטעל וואס איז געווען א שטיק צייט אין סאטמאר וומס"ב מהר"א, אז יעדע דאלער שכ"ל גייט פארן מלמד, און די אנדערע הוצאות ווערן געקאווערט פון די אנדערע הכנסות, וואלט עס געווען בעסער, בנוסף ווען א טאטע באקומט א בריוו אז מ'דארף העכערן שכר לימוד ווייל איך ווייל געבן א רעיס פאר דיין מלמד, געבט ער עס גרינגער בחפץ לב
אבער טאמער דער טאטע ווייסט אז דער מלמד באקומט די זעלבע פעי טשעק ווי 20 יאר צוריק, און די העכערונג איז דזשאסט צו קאווערן די לאך פאר די פענצי זאל וואס מ'האט געבויט וואס קאווערט זיך נישט ווייל דער עולם וויל נישט העכערן דעם סטענדערט (א מעשה שהי' עטליכע יאר צוריק), געבט מען עס נאר בכפי'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10002
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך האב גערעדט לאצטנס מיט מיינס א נאנטער קרוב וואס איז א מלמד און געפרעגט ווי אזוי ער קען חתנה מאכן זיין פערדע קינד און 5 יאר אן דעם וואס מזאל אפילו צאם שטעלן געלט פאר עם, זאגט ער מיר, סיז דא א קרן מלמדים וואס צאלט 10,000 אלפים פארן חתנה, זיינע טעכטער ארבייטן און ברענען אויך ב"ה אריין חתנה מאכן, דערנאך זאגט ער סיז דא עפעס א קאסע וואס מלמדים צאלן אריין יעדעס יאר וואס פון דעם גיבט מען פאר יעדן מלמד ווען סיז דא א שמחה (איך ווייס נישט ווי אזוי דאס ארבייט, אפשר קען איינער אריין קומען קלאר)

פון די אנדערע זייט האב איך אן אנדערן נאנטען קרוב וואס איז א באס דרייווער און פאר עם דארף מען צאם שטעלן געלט פאר יעדן חתנה פון זיינע קינדער

דאס איז זיכער אז מען דארף צאלען מער, אבער סיז דא אנדערע וואס אויף זיי קיקט מען בכלל נישט
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יעדער רעדט פון מלמדים
ליהוי ידוע, מיט טיטשער'ס איז די מצב פי כמה גרוע.....
און דארט ווארפט מען זיך מיט מענטשן [ווייל ס'יז דא גענוג], און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35900
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אביונה האט געשריבן: און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.

ווינציגער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

farshlufen האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.

ווינציגער.

און שכר לימוד פאר מיידלעך קאסט גארנישט ווייניגער ווי פאר יונגלעך...

[יא יא, די רבי וועט נישט שולדיג בלייבן פאר ווער ס'וועט העלפן מיינע מוסדות...., אבער די מוסדות וועלן שולדיג בלייבן פאר ווער ס'ארבעט פאר זיי....]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אביונה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.

ווינציגער.

און שכר לימוד פאר מיידלעך קאסט גארנישט ווייניגער ווי פאר יונגלעך...

[יא יא, די רבי וועט נישט שולדיג בלייבן פאר ווער ס'וועט העלפן מיינע מוסדות...., אבער די מוסדות וועלן שולדיג בלייבן פאר ווער ס'ארבעט פאר זיי....]

און די טיטשער באקומען נישט אומזיסט שכר לימוד
און שכר לימוד פאר מיידלעך צאלט מען 12 חדשים פלאס קעמפ, בעת וואס די טיטשערס באקומען נאר פאר 10 חדשים

בקיצור די מוסדות איז נישט א רחמנות, די רחמנות איז ווער ס'ארבעט פאר זיי.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אביונה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.

ווינציגער.

און שכר לימוד פאר מיידלעך קאסט גארנישט ווייניגער ווי פאר יונגלעך...

[יא יא, די רבי וועט נישט שולדיג בלייבן פאר ווער ס'וועט העלפן מיינע מוסדות...., אבער די מוסדות וועלן שולדיג בלייבן פאר ווער ס'ארבעט פאר זיי....]

א ריכטיגע שיעבודא דר' נתן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

maybeeynot האט געשריבן: מיין כטה ט יונגעל איז אין חדר 12 שעה א טאג זיי האבן נישט קיין ענגליש
נאר די לעצטע סדר וואס הייסט מתמידים זענען די מלמדים באפרייט

אין רוב מוסדות איז עס צוטיילט 5/5. איך האב רחמנות אויף דיין זון מער ווי די מלמד.......
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

אביונה האט געשריבן: יעדער רעדט פון מלמדים
ליהוי ידוע, מיט טיטשער'ס איז די מצב פי כמה גרוע.....
און דארט ווארפט מען זיך מיט מענטשן [ווייל ס'יז דא גענוג], און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.....

די מלמדים זענען געווענליך די פרנסה ברענגער אין שטוב, וועגן דעים רעדט מען פון זיי.

מיין ווייב איז גראדע געווען א ענגליש טיטשער, נאך 5 יאר האט זי געמאכט ארום $300 א וואך. טאקע פעניס, אבער זי האט געארבעט קארגע 3 שעה א טאג, 4 טאג א וואך + בעביסיטינג, אז די ציטיילסט עס אויף די שעות איז עס נישט אזוי ווייניג
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8875
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אין וואס האט די גאנצע נושא מיט קר"י?
לפי מיטב ידיעתי איז די פראבלעם פינקט אזוי אין ברוקלין
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

לעמעלע האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: יעדער רעדט פון מלמדים
ליהוי ידוע, מיט טיטשער'ס איז די מצב פי כמה גרוע.....
און דארט ווארפט מען זיך מיט מענטשן [ווייל ס'יז דא גענוג], און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.....

די מלמדים זענען געווענליך די פרנסה ברענגער אין שטוב, וועגן דעים רעדט מען פון זיי.

מיין ווייב איז גראדע געווען א ענגליש טיטשער, נאך 5 יאר האט זי געמאכט ארום $300 א וואך. טאקע פעניס, אבער זי האט געארבעט קארגע 3 שעה א טאג, 4 טאג א וואך + בעביסיטינג, אז די ציטיילסט עס אויף די שעות איז עס נישט אזוי ווייניג

א טיטשער איז א שיינעם טיטל און א כבוד פאר די וואס גלייכן עס און געמאכט פאר די וואס קענען עס עפארדען ודי
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

איך האלט נישט אז די מוסדות נעמען לייכט דעם ציבור'ס געלט און ספענדן ווי מען דארף נישט, און איך טראכט נישט אז מען קען העכערן שכ"ל, דער עולם איז אנגעשטרענגט, עכ"ז איז דא א פראבלעם, מעגליך עס האט נישט קיין אויסוועג.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

farshlufen האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן: און מען צאלט פעניס ווי פאר פאלנע שפחות.

ווינציגער.

גערעכט.
נאך פינף יאר צאלט מען שוין בערך 10.95 א שעה... (12.05 א שעה בעפאר טעקס).
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

איך ווייס יא פאר א פאקט ווי גרינג אדמיניסטראטארן גיסן נכסי ציבור אויף שטותים.

כ'בין געווען אינוואלווד אין א געוויסע מוסד פראיעקט, און איך האב נישט געקענט גלייבן ווי גרינג מ'מאכט החלטות אין די ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלארן פון מענטשן'ס אויסגעהארעוועטע געלט.

--
האקט
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווישוואש האט געשריבן: איך ווייס יא פאר א פאקט ווי גרינג אדמיניסטראטארן גיסן נכסי ציבור אויף שטותים.

כ'בין געווען אינוואלווד אין א געוויסע מוסד פראיעקט, און איך האב נישט געקענט גלייבן ווי גרינג מ'מאכט החלטות אין די ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלארן פון מענטשן'ס אויסגעהארעוועטע געלט.

--
האקט

איך האב לעצטענס געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד אין א מוסד האט ער מיר געזאגט אויפן אנדמיניסטראטאר, ער שפארט קוואדער'ס, ביי אזעלכע קליינע הוצאות מאכט מען א פעדעראל קעיס צו ס'איז וויכטיג צו נישט, און לעומת זה גיסט זיך טויזענטערס אויף אנדערע אומנויטיגע הוצאות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

מי יודע האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: איך ווייס יא פאר א פאקט ווי גרינג אדמיניסטראטארן גיסן נכסי ציבור אויף שטותים.

כ'בין געווען אינוואלווד אין א געוויסע מוסד פראיעקט, און איך האב נישט געקענט גלייבן ווי גרינג מ'מאכט החלטות אין די ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלארן פון מענטשן'ס אויסגעהארעוועטע געלט.

--
האקט

איך האב לעצטענס געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד אין א מוסד האט ער מיר געזאגט אויפן אנדמיניסטראטאר, ער שפארט קוואדער'ס, ביי אזעלכע קליינע הוצאות מאכט מען א פעדעראל קעיס צו ס'איז וויכטיג צו נישט, און לעומת זה גיסט זיך טויזענטערס אויף אנדערע אומנויטיגע הוצאות

אפילו אויב האסט עפעס געהערט, פארט נוץ דיין שכל אז עס מאכט נישט קיין סענס אז אדמיניסטראטארן פון מוסדות וואס זעען ווי שווער עס קומט אן צו זעען געלט זאלן זיך דערנאך לייכטזיניג גיסען דערמיט, פאר א דרויסענדיגער וואס זעעט נישט די טאג טעגליכע ווירטשאפט, החלטות, ספיקות, נויט, פאר אזא איינעם איז גרינג צו קומען צו שנעלע החלטות אז און זאגען אז מען שפילט זיך מיט געלט.
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

קאנסילמאן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: איך ווייס יא פאר א פאקט ווי גרינג אדמיניסטראטארן גיסן נכסי ציבור אויף שטותים.

כ'בין געווען אינוואלווד אין א געוויסע מוסד פראיעקט, און איך האב נישט געקענט גלייבן ווי גרינג מ'מאכט החלטות אין די ווערד פון צענדליגער טויזנטער דאלארן פון מענטשן'ס אויסגעהארעוועטע געלט.

--
האקט

איך האב לעצטענס געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד אין א מוסד האט ער מיר געזאגט אויפן אנדמיניסטראטאר, ער שפארט קוואדער'ס, ביי אזעלכע קליינע הוצאות מאכט מען א פעדעראל קעיס צו ס'איז וויכטיג צו נישט, און לעומת זה גיסט זיך טויזענטערס אויף אנדערע אומנויטיגע הוצאות

אפילו אויב האסט עפעס געהערט, פארט נוץ דיין שכל אז עס מאכט נישט קיין סענס אז אדמיניסטראטארן פון מוסדות וואס זעען ווי שווער עס קומט אן צו זעען געלט זאלן זיך דערנאך לייכטזיניג גיסען דערמיט, פאר א דרויסענדיגער וואס זעעט נישט די טאג טעגליכע ווירטשאפט, החלטות, ספיקות, נויט, פאר אזא איינעם איז גרינג צו קומען צו שנעלע החלטות אז און זאגען אז מען שפילט זיך מיט געלט.

די ביזט פשוט קיינמאל נישט געשטאנען לעבן א מוסד,די מציאות איז פארקערט, די אדמעניסטראטערן מאכן זייער געלט ,סאיז מלמדים און סופלייערס וואס שפייען בלוט טאמער עפעס , זיי שוויצען נישט פאר געלט ,עס איז דאך א מוסד נישט א ביזנעס,סאיז נישט זייער געלט אדער מוסד
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

באמת איז א חוצפה צו בכלל אריינרעדן אין די נושא. אלע מוסדות ווערן געפירט בנשיאות גדולי ומנהיגי העדה און טאמער וואלטן זיי געהאלטן אז ס'פעלט אויס צו העכערן די געהאלט וואלטן זיי ארויסגעקומען מיט א רוף דער עולם זאל גיבן געלט, און ס'וואלט געווען געלט. דורכן יאר זענען דא אסאך צוועקן פאר וואס מ'מאכט געלט אקציעס און מ'קומט ארויס מיט א חוב קדוש דער עולם זאל זיך משתתף זיין למשל ראטעווען בתי חיים אדער גיוס א.א.וו. איך גלייב נישט אז איינער האלט דאס איז חשוב'ער ווי די חינוך פון אונזער אייגענע קינדער. אלא מאי, די מנהיגים פארשטייען אז די פראבלעם איז נישט אזוי גרויס און זיכער נישט קיין קריזיס. איך האב א חשד אז @קאנסילמאן, די פותח האשכול, איז א מלמד וואס זיכט צו באקומען א העכערע געהאלט.
לעצט פארראכטן דורך דריידל אום זונטאג פעברואר 09, 2020 1:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”