שיעלע בהמה האט געשריבן: א ריזיגן שכויך הרב טוב, אזא גוטן בעל הסבר און א געשמאקן פעדער... keep it up up
יישר thanks for the boost.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שפיגליצקי האט געשריבן: רעלאטיוויטי גיי איך ניטאמאל אריין, אבער דאהי, דערווייל פארשטיי איך נאך ב"ה.
איז דאס דער חכמת אלכימי' פון וואס דער הייליגער חובת הלבבות רעדט? ס'איז געווען א באשרייבונג אין מעלות לעצטנס איבער דעם.
טוב לב האט געשריבן: ווי אזוי מעסט מען די גרויסקייט פון די חומר?
ס'איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו מעסטן די גרויסקייט פון יעדע חומר.
די ערשטע וועג ווערט אנגערופען מעסס, דהיינו מ'מעסט אפ וויפיל שטאף די זאך האט, ווי מער שטאף די זאך האט אלס מער מעסס האט עס (נישט זיך פארמישן מיט וואג וואס דאס מעסט זיך מיט גראוועטי וואס די ערד שלעפט צו זיך יעדע זאך, כאטש ס'איז אמת אז ווי מער מעסס א זאך האט אלס א גרעסערע וואג האט עס, קען מען זיך נאך אלס נישט פארלאזן צו רעכענען בלויז מיט וואג, ווייל א מענטש וואס וועגט הונדערט פונט דא אויף די וועלט וועט וועגן בלויז 39 פונט אויף די פלאנעט מארס ווייל דארט איז די גראוועטי אסאך שוואכער ווי דא.)
די צווייטע וועג ווי אזוי צו רעכענען די גרויסקייט פון די חומר ווערט אנגערופען וואליאם. וואס דאס מעסט וויפיל פלאץ די זאך נעמט אויף. אמאל קען זיין א זאך וואס האט ווייניגער מעסס אבער די וואליאם וועט זיין מער, למשל א בעלאן האט ווייניגער מעסס פון א שטיין, וועט אבער די וואליאם זיין מער ווייל ס'נעמט אויף אסאך מער פלאץ פון א שטיין.
רואיג! האט געשריבן:שפיגליצקי האט געשריבן: איז דאס דער חכמת אלכימי' פון וואס דער הייליגער חובת הלבבות רעדט? ס'איז געווען א באשרייבונג אין מעלות לעצטנס איבער דעם.
יא, אלכעמי איז די זיידע פון די היינטיגע כעמיע.
שפיגליצקי האט געשריבן: א גרויסן יישר כח @טוב לב, אן אויסנאם קלארער בעל הסבר!
יעצט וויל איך נאר פארשטיין, וואס איז דער פראבלעם אויב ער ווערט א נעגאטיוו טשארדזש, אדער פאזיטיוו טשארדזש? וואס פאסירט?
נאכדעם קום צוריק צו אקסיגען.
מסכים האט געשריבן: אויב sodium וועט זיך אלעמאל באהעפטן מיט chloride, דאן פארוואס איז סאדיום-קלארייד נישט בעצם אן עלעמענט פאר זיך, און פארוואס איז סאדיוום אדער קלארייד אליינס בכלל אן עלעמענט, אויב זי קענען נישט בלייבן זעבסשטענדיג?
טוב לב האט געשריבן:מסכים האט געשריבן: אויב sodium וועט זיך אלעמאל באהעפטן מיט chloride, דאן פארוואס איז סאדיום-קלארייד נישט בעצם אן עלעמענט פאר זיך, און פארוואס איז סאדיוום אדער קלארייד אליינס בכלל אן עלעמענט, אויב זי קענען נישט בלייבן זעבסשטענדיג?
צו קענען צוזאמשטעלן אז צוויי אטאמס זאלן ווערן איינס איז איינער פון די שווערסטע זאכן ווייל די אטאם איז זייער שטארק ער גייט זיך נישט לאזו סתם אזוי צוברעכן, ס''ה וואס געשעט דא איז אז די צוויי אטאמס שטעלען זיך נאנט איינער צום צווייטן.
Sodium מיז נישט אלעמאל זיין באהאפטן צו chlorine ער קען זיך באהעפטן צו אנדערע אטאמס.
dim האט געשריבן: סאו ער וועט אייביג האבן די קלאריין עלעמנט זיך אנצוכאפן? וויאזוי
בד''וו א גרויסן יישר כח פארן שרייבן, א שיינע נושא מיט א גוטע בעל הסבר.
מסכים האט געשריבן: אויב sodium וועט זיך אלעמאל באהעפטן מיט chloride, דאן פארוואס איז סאדיום-קלארייד נישט בעצם אן עלעמענט פאר זיך, און פארוואס איז סאדיוום אדער קלארייד אליינס בכלל אן עלעמענט, אויב זי קענען נישט בלייבן זעבסשטענדיג?
ירנן האט געשריבן: אז איינער קען וואלט געווען ראטזאם צו PDFן