Re: הלכות נקימה ונטירה
Flash light האט געשריבן: סאיז דא תשובה אין מהרש"ג איבער דעם
א שרייבט אז אז א מענטש איז נישט כאבן שאין לו הפכין
אוואדע איז דא גרויסע מדריגות
דענק נישט פינקטלעך די תשובה , נאר א מראה מקום
ער שרייבט נישט דאס. דאס שרייבט דאכט זיך מיר דער חפץ חיים אין שער התבונה פרק ו' (נישט איבערגעקוקט), אז תיכף ומיד ווען יענער טוט אים דאס שלעכטס מעג ער אים צוריקטוהן, די שיעור פון מיד איז נישט קלאר ס'איז דא וואס האלטן יענעם טאג צו יענעם נאכט.
די לשון כאבן שאין לו הופכין זאגט דער חינוך (דאכט זיך.. איך דארף ווען נאכקוקן פארן שרייבן) ביי די לאו פון לא תונו איש את עמיתו, אז תיכף ווען יענער זאגט עפעס מעג מען צוריק זאגן, עס איז נאר א מעלה אז מ'האלט זיך דאן אויך איין וע"ז נאמר ואוהביו כצאת השמש בגבורתו.
דער מהרש"ג'ס עיקר חידוש איז אז נאר ווען יענער האט מונע געווען א טובה פון מיר, ווי דער משל פון דער האמער אז יענער האט עס מיר נישט געוואלט בארגן, אבער טאמער יענער טוט א מעשה רע מעג מען יא צוריקהאלטן א טובה פון יענעם, אבער ער זאגט אליין אז פון חינוך איז נישט אזוי משמע.