חו"מ שאלה בעניני גורלות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

סאדע_באטל האט געשריבן: יעצט נאכן שרייבן די שורות, טראכט איך אריין, אז אולי אינו דומה לחלוקת הארץ, ווייל ביי חלוקת הארץ, האט ארץ ישראל באלאנגט פאר כלל ישראל, די שאלה איז נאר געווען ווי אזוי מען צוטיילט עס, משא"כ ביי אונזער מעשה פון אלף דאלער, האט עס נאך נישט באלאנגט פאר קיינעם,


ביי יורשים איז לכאורה די זעלבע וויא חלוקת הארץ.
עס באלאנגט צי די יורשים דער מינוט ווען דער מוריש שטארבט, דער גורל דארט איז א בירור, וועלכע חלק באלאנגט צי וועליכע יורש.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוטן אייך טייערע חברים,

בריך רחמנא דיהב לן אוריין תליתאה, מ'זעהט ווי אידן זענען עוסק בריתחא דאורייתא, ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.

על ראשון ראשון,
הרב ליפשיץ האט זיך מפלפל געווען בסברתי אז דא איז נאך נישט פארהאן קיין זוכה בגורל, בתוך הדברים דערמאנט ער וועגן א 'מי שפרע' פון ווער עס איז חוזר, איך מוז זאגען אז על אף וואס איך קען נישט קיין חושן משפט על בורי' אבער דאס איז א יסודות'דיגער טעות וואס יעדער בר בי רב וועלכער האט שוין געלערנט די סוגיא פון מעות קונות וועט וויסען.
נאך א קנין איז נישט שייך חוזר צו זיין פאר כל חללא דעלמא, סיידן מ'וועט מגלה זיין אז דער קנין איז געווען בטעות וכדו' וואס דאן איז כמובן אויס קנין למפרע, ווער עס איז חוזר נאך א 'קנין' איז נישט עובר אויף קיין מי שפרע, ער איז א פוסטער גנב.
א מי שפרע איז פארהאן דארט ווי עס איז דייקא נאך נישט געווען קיין קנין, למשל אויב מעות איז נישט קונות נאר משיכה, דאן אויב איז דער מוכר אדער לוקח חוזר נאך נתינת המעות, קיין גנב איז ער נישט ווייל עס איז דאך נאך נישט געווען קיין קונה, האבן אבער די חכמים צוגעשטעלט א מי שפרע למי שחוזר מדיבורו, וזה פשוט.

יעצט לענינינו, ר' שמחה האט שיין געברענגט פון א חוות יאיר, דער אנדערער פון א מגן אברהם, דאס איז אלעס תורה וללמוד אנו צריכין, וויאזוי די אחרונים האבן אנגעקוקט א 'גורל' און וויאזוי דן צו זיין באופן וואס דער גורל איז אויסגעקומען מקולקל, איך וועל לעת עתה נישט אריינגיין אין דעם.

מיין עיקר פונקט דא איז געווען, אז מיט 'חושן משפט' האט דאס גארנישט, דאס הייסט עס איז נישט אין קיין דיני קנינים אדער און הל' גניבה וגזילה, מען קען דן זיין און מדמה זיין מילתא למילתא צו די גורל פון ביהמ"ק אדער פון חלוקת הארץ, אבער דאס האט נישט מיט קיין ממונות.

פארוואס? ווייל א דין תורה אין חושן משפט איז אלס נאר נאכדעם וואס עס האט חל געווען א קנין, און א קנין איז נאר דא ביי א גמירת דעת, צו דעם ברויך מען נישט קיין ראיות, דאס איז דער יסוד פון קנינים עס איז מוכיח מתוך מעשיו אז מיט דער אקט פון משיכה אדער הגבהה האט דער מוכר מסכים געווען צו פארקויפען און דער קונה צו קויפען, ביי א גורל איז דאס נישט שייך בכל אופן שהוא, לפע"ד.

איך וועל מוסיף זיין, עס איז דא א באקאנטע ריבית שאלה ביי בילעטן פון א באס אדער פלעי לדוגמא, דאס הייסט אז דער מאנסי באס קא. גיט ביליגער פאר ווער עס קויפט א גאנצע בילעט-בוך, לכאורה איז דאס א שאלה פון הקדמת מעות וואס דער מוכר איז מוזיל פון די פרייז.
איך וועל נישט אריינגיין באריכות אבער כדאי דן צו זיין אין די שאלה ברויך מען פארשטיין וואס דער מוכר אדער דער באס קא. פארקויפט בכלל אין דעם טיקעט, נישט מער ווי א זכות ישיבה אינעם באס וועלכע פארט אריין און ארויס, ווערט א שאלה וויאזוי מ'פרייזט זכותים.

עכ"פ הנצרך לענינינו, ווען איינער קויפט א גורל קארטל, קויפט ער א זכות אז טאמער גייט ער זיין דער זוכה בגורל, ווער ער דאן באקומען די סכום געלט, דאס הייסט אז דער אויסראפלער איז מבטיח אז ער 'גייט' געבן פארן געווינער דאס געלט, איז פשט אז דער קנין גייט הערשט צושטאנד קומען נאכען גורל, דערפאר איז נישט דא קיין דין תורה, צווישען דער זוכה בגורל און דער עושה הגורל, נאר דער דין תורה איז צווישן די משתתפי הגורל צווישן זיך, וואס זיי אליינס האבן דאך אויך נישט געמאכט קיין קאנטראקט.

בלייבט נאר א שיקול הדעת שאלה, וואס אוודאי קען מען ברענגען די דערמאנטע ראיות אלס בירורים, כ'האף אז כ'האב מיך גענוג קלאר מסביר געווען, וויפיל איך טראכט עס איבער זעה איך נישט קיין אנדערע מהלך.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן: מיין עיקר פונקט דא איז געווען, אז מיט 'חושן משפט' האט דאס גארנישט, דאס הייסט עס איז נישט אין קיין דיני קנינים אדער און הל' גניבה וגזילה, מען קען דן זיין און מדמה זיין מילתא למילתא צו די גורל פון ביהמ"ק אדער פון חלוקת הארץ, אבער דאס האט נישט מיט קיין ממונות.

פארוואס? ווייל א דין תורה אין חושן משפט איז אלס נאר נאכדעם וואס עס האט חל געווען א קנין, און א קנין איז נאר דא ביי א גמירת דעת, צו דעם ברויך מען נישט קיין ראיות, דאס איז דער יסוד פון קנינים עס איז מוכיח מתוך מעשיו אז מיט דער אקט פון משיכה אדער הגבהה האט דער מוכר מסכים געווען צו פארקויפען און דער קונה צו קויפען, ביי א גורל איז דאס נישט שייך בכל אופן שהוא, לפע"ד.

הרב מיללער

לאמיר פרעגען אזוי.
לי יציור אז דער גורל איז יא א גוטע, מעווייסט פינטלעך וועלכע איז די 6 און וועליכע איז די 9, מעווייסט אויך פינטלעך ווער עס האט זוכה געווען. אלעס איז און בעסטען ארדענונג.

יעצט מאכט זיך אז נאכען ווארפען דער גורל, נאך איידער דאס געלט ווערט איבער געגעבען צום געווינער, קומט אריין א גנב, און גנב'ט צו דאס געלט. דערנאך כאפט מען אוהם.
און לי יציור אז דער גורל ווארפער איז א גר שאין לו יורשים און ער איז שוין יעצט, נאכען כאפען דעם גנב, בעלמא דקשוט.
קען דער גנב יעצט האלטען דאס געלט ביי זיך, און זאגען פארען געווינער לאו בעל דברים דידי את?
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,
בזה אנו דנין, איך האלט אז עס איז א שווערע שאלה, עס ווענדט זיך צו דער עושה הגורל האט שוין מפריש געווען דאס געלט, דעמאלטס קען זיין אז דאס געלט איז שוין ארויס מרשות המגריל אפי' עס איז נאך נישט אריין לרשות הזוכה, אבער ווילאנג דאס אויך נישט נאר דער גנב צו כאפער האט סתם ארויסגעכאפט פון די נכסי המת, איז דען א הווה אמינא אז דאס געלט געהער פארן זוכה, פון וואנעט האט ער זוכה געווען אין דאס געלט?

נאכאמאל, עס קען אויסקוקען אינטערעסאנט, אבער איך הער נאכנישט קיין סברא פארקערט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מיללער.

די זאך איז נישט אזוי פשוט. ווייל דער דין איז, אז אויב איינער איז זיך מתחייב צו געבן א מתנה, און ער האט א טובת הנאה פון זיך מחייב זיין, ווערט ער מחויב צו באצאלן אן קיין שום קנין. דוכט זיך דאס הייסט קנין ערב. דהיינו, אז איינער איז זיך מחייב ערבות, אז אויב וועט דער חבר נישט באצאלן וועט ער באצאלן אנשטאט, ווערט ער מחויב אויך אן א קנין, ווייל בההוא הנאה וואס דער מלוה איז גרייט געווען ארויסצוגעבן געלט, בלויז אויפן סמך פונעם ערב'ס רייד, בההוא הנאה איז ער זיך מתחייב. [די גאנצע ענין פון יעדע קנין איז נאר א הוראה, אז דער מקנה און קונה זענען ערנסט דערביי, אבער אויב איז פארהאן א טובת הנאה (וואס איז ווערד א שוה פרוטה) איז עס אויך קונה, פונקט ווי געלט].

כל שכן ווען איינער מאכט א קנין, און ער זיך מתחייב פאר א צווייטן א סכום געלט, ווערט ער געהעריג מחוייב צו באצאלן, כאילו ער האט אן אלטע חוב.

אויב אזוי, ווען איינער איז זיך מתחייב צו געבן פאר א גורל, און על דעת כן האט מען געטוען זיין פארלאנג וכדומה, דאן איז ער מחוייב צו באצאלן. און אפילו ווען די געלט ווערט גע'גנב'עט, דארף ער געבן אנדערע. ווייל דאס איז א שעבוד הגוף. [חוץ ווען ער האט קלאר געזאגט איך געב די דאזיגע חפץ, אבער נישט עפעס אנדערש].
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטעליגענט,
זאגסט א פאונט, הגם דאס איז א סוגיא פאר זיך פון 'בההיא הנאה' און דאס איז נישט ביי יעדע סארט ערב, נאר ביי א 'ערב שלוף דוץ' אבער עכ"פ דאס איז אמת אז אויב איז פארהאן א סיבה פארוואס איינער איז זיך מחייב צו געבן געלט, ווערט ער באמת מחויב אזוי ווי א הלוואה און מען קען מוציא זיין דאס געלט בדיינים.

די שאלה איז נאר צו דאס איז שייך צו זאגען אפי' ווען עס איז נאכנישט קלאר ווער דער מקבל איז, למעשה פאר וועם איז ער זיך מחייב, עס איז מיר שווער מחליט צו זיין אז א מענטש קען זיך מחייב זיין פאר א אומבאשטימטע מענטש אזוי שטארק ווי א ערב קעגן א מלוה, אבער א סברא איז עס א גוטע.

יישר-כחך.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מיללער האט געשריבן: די שאלה איז נאר צו דאס איז שייך צו זאגען אפי' ווען עס איז נאכנישט קלאר ווער דער מקבל איז, למעשה פאר וועם איז ער זיך מחייב, עס איז מיר שווער מחליט צו זיין אז א מענטש קען זיך מחייב זיין פאר א אומבאשטימטע מענטש אזוי שטארק ווי א ערב קעגן א מלוה, אבער א סברא איז עס א גוטע.

איך מיין אז וויבאלד ס'איז פארהאן ספעציפישע מענטשן צו וועמען ער האט זיך מחייב געווען, וועלכע זיי קענען צוזאמען שטעלן א מורשה וועלכע זאל רעדן פאר זייערט וועגן, קען מען זיך געהעריג מתחייב זיין. [עיין חו"מ סי' ש"א ובנו"כ].

אבער עכ"פ אזויפיל האט ער זיך זיכער מחייב געווען, דער סכום פון א זכות אריינצוגיין אין גורל. ווייל דאס פאר זיך האט דאך אויך א שוויות. [מענטשן זענען גרייט צו צאלן 20 דאלער, אריינצוגיין אין א גורל צו געווינען 1000 דאלער, אויב דער שאנס איז איינס אין צען, איז עכ"פ דער שוויות האט ער זיך מחייב געווען פאר איטליכן באזונדער, אפגעזעהן ווער עס וועט געוואונען].
.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

איר האט אלע אנגערירט נקודות וועלכע ווערן אויסגעשמועסט אין די פוסקים. איך וואלט אייך געראטן איר זאלט אלע מעיין זיין אין די מקור הסוגיא מיט די ראשונים. ס'איז א גמרא אין בבא בתרא דף קו עב, וואו די גמרא רירט אן דעם ענין פון קניני גורלות, צי א גורל כשלעצמו איז א קנין, צי א גורל איז בלויז א בירור וכו' וכו'. ווי אויך שמועסט די גמרא אויס די סברות פון גמיר ומקני ביי גורלות. די גמרא בארירט אויך דעם ענין פון די גורלות ביי חלוקת הארץ, וואס הרב סאדע האט דא דערמאנט.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

איך האב יעצט געמאכט א סוירטש אויף גוגל מיטן ווארט 'קנין גורל', און דאס איז מיר אנטקעגן געקומען:

http://www.daat.ac.il/daat/vl/byakov/byakov2010.pdf

עס ווערט דארט אויסגעשמועסט ממש אונזער גאנצער שמועס. סיי די עניני קניני גורלות פון א חושן משפט שטאנדפונקט, סיי דער מג"א און סיי דער חוות יאיר, ועוד ועוד.

לערנט און האט הנאה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב אינטעליגענט, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך!

נעכטן האב איך דורכגעשמועסט נאכאמאל דעם 'קנין ערב' אדער 'התחייבות' וויאזוי איר רופט עס, עס איז נישט אזוי פשוט, איך האב מיך דערמאנט אז עס איז דא דערין צוויי מהלכים וואס מיר האבן געזעהן ביים לערנען די סוגיא פון ערב אין הל' ריבית.

דער מקור דערפון איז די גמרא אין מס' בבא בתרא פון 'בהאי הנאה דקא מוציא מעות על פיו גמר ומקני', די גמ' למעשה זאגט דאס מוציא צו זיין פון דער פראבלעם פון 'אסמכתא' וועלכע איז געווענליך פארהאן ביי א קנין 'אתן' דאס הייסט; אז נארמאל אויב א מענטש איז זיך מחייב מיט א קנין צו געבן עפעס בעתיד, זאג איך אז ער טוט דאס ווייל ער איז זיך 'סומך' אז אינדערצווישען וועט עפעס געשעהן וואס וועט אים מכריע זיין צום געשעפט, הייסט דאס אז ער האט נאך נישט דעם ריכטיגען גמירת דעת בשעת'ן קנין וואס ווי דערמאנט כמ"פ אז אלעס ווענד זיך אין גמירת דעת.

יעצט בפשטות קען מען זאגען אז ביי ערב וועלכער טוט דאך לכאורה די זעלבע זאך, ער איז זיך מחייב אויף לעתיד צו זיין נכנס תחת הלוה און באצאלען דעם חוב אפי' ער האט דאס גארנישט נישט געבארגט, אויב אזוי איז דאך עס א פראבלעם פון אסמכתא, אויף דעם איז גמ' מסביר אז וויבאלד ער באקומט 'יעצט' בשעת דעם קנין א הנאה וואס רופט זיך 'מוציא מעות על פיו' (דאס איז אזא גרויסהאלטערישע הנאה פון מי שאמר ונעשה רוצונו) ממילא איז ער זיך נישט 'סומך' אויף לעתיד נאר ער איז יעצט 'גמיר ומקני'.

לפי"ז איז פשט אז דער ערב מאכט א געהעריגען קנין (למשל סודר) איי עס איז אן אסמכתא, אויף דעם קומט דער בהאי הנאה אוועקצונעמען דעם אסמכתא.

דער צווייטער מהלך איז, דער 'בהאי הנאה' אליינס איז א קנין, דאס הייסט אין אויסטויש פון די הנאה איז ער זיך מחייב צו באצאלן דעם חוב, הגם עס איז אסאך מער, אבער קנינים דארף נישט זיין דוקא מיט א שוויית השוה, וואס לויט דעם מהלך איז דער תירוץ קעגן 'אסמכתא' אז דאס איז נישט קיין קנין 'אתן' אויף לעתיד נאר ווי יעדער געשעפט וואס דער מוכר קריגט עפעס און איז מחייב צו געבן א צווייטע זאך אין אויסטויש.

דער חילוק צווישן די צוויי מהלכים כאפט אויף עטליכע אופנים, אבער דער עיקר איז צו עס פעלט אויס א קנין אין דער זייט, לויט דעם אויב וויל מען ביים גורל נוצען דעם קנין, מוז זיין א קנין ממש און נישט נאר דער התחייבות זעלבסט ודו"ק.

למעשה האב איך מיך דערמאנט פון נאך א קנין אזוי ווי א התחייבות, דאס איז דער קנין 'אודיתא' דאס הייסט אויב איינער איז מודה בכתב וחתימת ידו אז ער איז שולדיג געלט פאר איינעם, אפי' עס איז נישט געווען קיין הלוואה אדער אן אנדערע סיבה פארוואס ער איז אים שולדיג געלט, זאג איך הודאת בע"ד כמאה עדים דמי און ער ברויך באצאלן.

ברויך מען אריינקלערן צו א מענטש קען שרייבן 'אני חייב 1000 דולר למי שיזכה בגורל' עס ווענד זיך וויזאוי איך לערן אפ די קנין אודיתא (וואס איך וועל ברייטער שמועסן אויב וועלן זיך מאכן חברים מקשיבים)

-

הרב ליפשיץ יקירנו,
קודם א דאנק פאר די טירחא אבער נאכמער פאר די מראה מקום, מיר ברויכן דאס דורכלערנען בעיון מיט די מפרשים.

אבער כדי להראות דחביבא עלי עבודתך, זעה איך אז רש"י ד"ה קנו כולן לערנט אז דער 'בהאי הנאה' דארט איז דייקא פאר די וואס האבן 'נישט' זוכה געווען בגורל, ווייל זיי האבן מסכים געווען און געטראסט דעם גורל פונעם געווינער און מקנה געווען זייער חלק צו אים און ער זיין חלק פאר זיי, אבער ווען עס איז דא א גורל ווי אלע דריי געווינען, ברויך מען נישט קומען צום 'בהאי הנאה' ווייל דעמאלטס האט דער גורל מברר געווען חלק כל אחד ואחד.

אויבן אויף לערנט רש"י אז דער גורל איז א בירור, און אויסער דעם איז פארהאן א קנין פון 'בהאי הנאה' ווי זיי זענען זיך מחייב ציית צו זיין, ולפי"ז אויב קען מען אנצייגן א געוויסע הנאה פארן עושה הגורל וכש"כ ווען ער קריגט געלט אז דער קנין איז דורך 'בהאי הנאה' און דער גורל איז מברר ווער דער געווינער איז.

בלייבט נאר איבער מיין ערשטע שאלה, צו ווילאנג דער גורל האט נישט מברר געווען איז נאכנישט ארויפגעקומען די התחייבות בכלל, אדער די צוויי ספקות קענען זיך צאמשטעלן מוציא צו זיין די מעות פונעם מחזיק און זאגן אז עכ"פ צווישן אונז איז דאך זיכער איינער דער געווינער ממילא ברויכסטו ארויסנעמען דאס געלט און צווישען אונז וועלן מיר זיך שוין מסדר זיין.

-

צום שלוס איידער דרוקן 'שלח' זעה איך נאך א הערה פון הרב ליפשיץ פון 'לדעת', דאס וועל איך לאזן אויפן קומענדיגען תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגען דאנק הרב ליפשיץ פאר די לינק פון 'לדעת' ער צוווארפט מיר דעם גאנצן בנין, איך פרינט עס ארויס מיר גייען עס דורכלערנען בעיון אי"ה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כוח הרב ליפשיץ פאר דעם לינק.
נאך מראה מקומות בעניני גורלות.

שו"ת הרי בשמים סימן י'
אונעם הרי בשמים ווערט דערמאנט די פארשידענע שיטות וואס דער לינק פון הרב ליפשיטץ בארירט

שו"ת מעיל צדקה סימן י'
דער מעיל צדקה ברענגט דעם מגן אברהם און איז מחולק

שו"ת משאת בנימין סימן ז'
דער משאת בנימין בארירט דער שאלה אויב מען האט געווארפען א גורל וואס ע"פ דין וואלט מען נישט באדארפט ווארפען, נאר ווייל מען האט נישט געוויסט דער דין האט מען געווארפען גורל. דער משאת בנימין שרייבט אז דער גורל איז נישט גילטיג

א סיכום פון די מראה מקומות:
מגן אברהם סימן קל"ב
שו"ת חות יאיר סימן ס"א
שו"ת הרי בשמים סימן י'
שו"ת מעיל צדקה סימן י'
שו"ת משאת בנימין סימן ז'
א לינק צי 'דעת' סייט
the SCY is the limit
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ליפשיץ
ישר כח פאר די לינק.
כ'האב געבליקט אויבן אויף, און עס זעהט אויס ממש דער יסוד צו דעם נושא.

מיללער
איך געדענק נישט איך זאל האבן געלערנט דעם גמרא אין בבא בתרא, איך געדענק אבער אין שו"ע חו"מ סי' קכ"ט סעיף ב', ווערט גע'פסק'ט, אז אן ערב דארף נישט קיין קנין, נאר דער בהאי הנאה איז במקום דער קנין. [ס'איז א מחבר]

און לגבי קנין אודיתא. דאס איז דוכט זיך אין סימן מ'. דארט איז שוין א מחלוקה צו מ'דארף א קנין.
אבער איך בין נישט אויסגעקאכט אין דעם. און ליידער האב איך נישט גע'חזר'ט שו"ע ווי עס דארף צו זיין.

כ'וועל פראבירן אפלערנען דעם חוות יאיר, מיט דער סוגיא אין גמרא. אפשר וועט עפעס ארויסקומען.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נאך א מראה מקום
שו"ת זכרון יוסף סימן א'
ער באהנדעלט די שאלה צי א גורל מאכט א קנין אדער נישט
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסען יישר-כח ר' שמחה פאר די פונקטליכע מראי מקומוצ.

הרב אינטעליגענט, עס איז אונז א כבוד אז מיר פארמאגען דא א איד וועלכער האט בפועל שוין געלערנט חושן משפט על בורי', הרוצה להחכים (אז מ'וויל זיין אינטעליגענט) יעסוק בדיני ממונות.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מיללער
איך האב קיינמאל געלערנט גאנץ חושן משפט, און זיכער נישט על בורי'.
אלא מה, כ'האב געלערנט עטליכע יאר אין כולל, חושן משפט, און ס'איז מיר געבליבן עפעס אין זכרון איבערבלייבענישן.

אוי ווי נעמט מען די אינגע יארן...
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”