לוינט זיך פאר א מו"ל אליינס צו דיסטריביוטין זיינע ספרים?
די זאך איז אז ס'גייט אראפ 35% פון יעדע ספר פארן דיסטריביוטער, (חוץ פון די 35% פאר די סטאר), סא פאר וועלכע סיבה קען נישט יעדע בעל מחבר (וואס האט צייט פארשטייט זיך) גיין אליינס דיסטריביוטין אין מאכן פי כמה צוריק זיין געלט, כאטשיג אין די שטאט וואס ער וואוינט.
ס'איז לכאורה דא חסרונות דערין, אויב איינער ווייסט אינפא וועגן דעם, אדער אויב איינער האט עס שוין געטון. קען אריינקומען מיט פרטים.