שמערי איז בּאַנק-רָץ!!!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

שמערי איז בּאַנק-רָץ!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וַיָרָץ הנער, און דער נער איז געלאפן...

חחח'לאַך... פארוואס איך לאך פרעגסטו? ווייל דער נער שטופט מיר... העי! וואו שטופט ער מיר, נאַר וואס ער איז? אההה... וַיָרָץ הנער, און דער נער שטופט מיר צו לויפן... חחח

הופּ הופּ הופּ... הער שוין אויף צו שטופן דארט, ווי זאגט וויכי? מ'מונישט לויפן... מ'קען זאָקן אויך...

יאָפּ, ווי עס זעהט אויס וועט די שרעק-גירונג אריין שטופן שמערי אין באנק-רץ, אדער אפשר בעסער געזאגט אין "בענקל" רץ, וואס הייסט? א קלייניגקייט? לויפן פארן רָץ-הקהל בענקל?

וואאאאאאאס???

שמערי לויפט???

איך הער נישט וואס איך גלייב...

איין רגע, אויב לויפעך יא, סטאַמע האט מיין רעדע שרייבער מיר אנגעגרייט א דרשה לאמיך עס אנהייבן צו ליינען. אוטש!!,ס'פליט אוועק מיט די ווינט!! שיגענער!! לויף כאפן די צעטלעך!!!

אקעי, ברענג עס צוריק. האַלאָ, פעידש דריי פעילט! צוריק ברענגען!!

(קאוד 1 קאוד 1, [וואו איז מרדכי הערש הערשקאוויטש? וואס מיינט קאוד 1?] אלע סינקערס סערוויס ווערן געבעטן צו שטיין אויפן דאַך, מ'האט גע'גנב'עט מצוה-צעטלעך פונעם ראש הסקול, עני מינוט עוועילעבל?)

אקעי חברה, אויב א פערד וועצעך אויפשטעלן און זאגן א גוטע דרשה, זאלט עטס וויסן אז ס'איז מיין דרשה....

איין מינוט.. איינס, צוויי, אה.. דריי, פיר, פינעף... אקעי ווען איך וועל האלטן ביים פיפטן פעידש וועליך שוין סייווי מוזן ענדיגן, ווייל דער עולם וועט שוין נישט האבן קיין נערוון.

אקעי לעץ ראָלל.

אקדמות - איידער איך ענדיג, מילין - צו שווייגן, ושריות און איך בא-בעל תשובה, שותא - צו ברעכן. אולא - צום צווייט, שקילנא וועל איך צוריק לייגן, ... אוי סארי, כהאב בטעות גענומען מיין יונגלס שבועות צעטל...

חברה, כ'זעה אז דער עולם ווארט ווי אויסגעקייעטע טשום-גאָמס, איז לאמיר גיין ווייטער. צום ערשט וועל איך פארליינען מיין קאָמפּיין פּלאַץ-פאָרמע.

מיין לאזונג גייט זיין: טשעינ.. טשעינ... נו? וויזוי דארט? אה, טשעיני..., דהיינו, נישט אויפהערן אראפ צו פליקן דעם ארויסגייענדן אדמיני-סטאנציע.



מיינע פארשפרעכונגען, זענען ווי פאָלגענד:

* קודם וועל איך זעהן אז וויכטיג מאכער זאל באקומען א הויעכע פּאָנזי-ציע, אפשר אזוי עטער נעקסטע מאל לויפערן.

* א נייע עפּל-פּאָכע הייבצעך אן!, דער שמערי קאמפיין פלאנט איינצופירן, אז ס'זאל נישט זיין אזא זאך אריין צו קומען אין שטים בודקע און אלעס זאל זיין בלאַס... נעעעההה..., מ'גייט בּאָבּלען ארטיקלען, אזש דער עולם זאל שנאָרכעצן פאר געלע-עכטער.

* ביז ניינציג חדשים וועט מען ארויס נעמען די טראָפּן פון אויערַן.

* אויפן קויליטש אין היכל הנגידים...הממ... הנגינה, וועט מען אויפהענגען א פריש-וויִאָ פונעם פארשטארבענעם סי-די "בענצי-די".

* עקאנעמי... עקאנעמי.. הימל און פערד און עקאנעמי...הער, די אויב וועט מען נישט עפענען דעם קאַר פארום, וואס אונזער ענדעמעם האט פאָרגע-פראסקעט, דאן.. פירט אויס.. וועלן די "סטאָקס" פיל מער ארויף גיין, צוליב וואס מ'וועט זיך נישט קענען א נייצע געבן מיט די באבראכענע קארס... און אז די סטאקס וועלן ארויף גיין, וועט דאך שוין אויטא-שמאַטיש די קאנעמי מיטקומען... איא?

* און יענע-טאאש, וואס מיינט עטס? וואו איז ער? הא?, ווארט נאר ווארט, ווען שמערי וועט געווינען... איי וועט ער אפפיצן...

* ווער עס האט נישט באצאלט קיינע שטייערן קען באקומען א פּאָזען-זיציע אין מיין אדמיני-שוואנציע. די יעניגע האבן ביז דרייסיג מינוט צו קומען נעמען א עפּל-וויקעישאן.

* קאנגרעס און סענאט וועלן ווערן קאנטער-קאלירט דורך די רעקנאָבּליקאנער פּאַר-טיי אווענט.

דאס איבעריגע וועט איר שוין געבוירן ווערן ווען איך וועל זיין אין אמט.


אה. דא הייבצעך אן מיין שוויינצוגס דרשה:

מורי ובאבערויסיי.

יוי... כ'גלייב אליינס נישט וואס כ'זעה... יוי... ווערעך זוי מאשענעל...

שטיי איך מיר דא אזוי פאר אייך, מיט א פלאמעדיקן פרצוף, מיט א מייק אין די הענט, מיט א נאז אינמיטן פנים, מיט א פּין אויפן העמד, און מיט א פלעסטיק אויפן הוט. גרייט צו ווערן אריינ'געפּרעצל'ט אינעם פארמעסט.

איי איי איי, אבער נאך ווי א פארמעסט, א קליינגקייט?, א פאר'מת'ט פאר ראש לימבאו הקהל. אלעס ווייל דער נער האט מיר אריינגעשטופט, ווער האט ענק געבעטן?

באמת, לא איש ואתחנן אנכי, עס איז לקאנטרי נישט געווען מיין דעוויזשען... אפפס.. דעסיזשען צו לויפן. מאנכע ווילן זאגן, אז לא היו דברים מחולם, און כ'לויף טאקע נישט, אבער ווי זאגט נאר דער פָּ-סוכּה דארט? אשרי – ווען שמערי לויפט. יושבי. – וועט דער עולם גיין שטימען. ביתיך – ווייל אזוי וויל ער....

- העי דו דארטן! יא דו, דער ערשטער אויף די רעכטע זייט פון די דריטע טיש! שווייג! הער אויף אריין צו רעדן ווען איך האק איבער, אקעי?

איך וויל דא מעלדן אין די טויער פון די טאכטער פון די מערהייט, פאר אלע ביבערהיטן אין קרעטשמע, אז כאטש וואס איך בין א זעלטענרייכע (קרעדיט: דער פליק פון דעם חודש) עָנָיו... און כאטש וואס ביי די פארעדיגע וואַלן זענט עטס געווען פערדן, אזש ס'לוינצעך פשוט נישט צו ווערן ראה"ק אויף ענק... און כאטש איך וויל נישט דאס מאל זיין נאכאמאל א שלישקע-מזל... פון-דעסק-וועגן-דאַך, האבעך אנגענומען דעם לויפונגס אמט אינערהאלב די ראשעקולישע שטים בענדער, ווייל מיין געוויסן-ביסל זאגט מיר אז ווען איך וואלט געווען ראש הקהל, וואלט איך געווען ראש הקהל.

לויט ווי די שטראָדלקאפ אנקעטע צייגט, איז שמערי צווישן די צען בעסטע ראשעקיעלע וואס איז נאר געוועזן, ווי ער גייט אריין אין די ליסטע אינאיינעם מיט אזאלכע פרעזי-דענטיסטן, אזוי ווי:
דשארדש וואשמאשין.
עיברעהעם קעדילעק... טשולדיג... לינקאלן....
דשאן עף. לאַלי... שוטה, דשאן עף. קענדי!
באראק אובאמבא.
און נאך...

טייערע אונטערטעינער! פון מארמאראש ביז הוידא-נאנאש, פון אראנדש קאנטרי ביז פידל קאסטרא, ריעד מיי ליפס-טיק: ס'קומט א קאמפיין למען ידעו ולמען זיידי! כאפץ ענק אָן די מילצן ווייל די לעכעריגע שירעם לאזט אדורך די טאמעיטא סאוס. געדענקט, מיר האבן אייך געבאָרנט!

און אויב ווילט איר נישט באקומען קיין פראסק בסלו, דאן עלעקט שמערי בערי פאר דראדש-הקהל!


זעצט זיך יעצט א קשיא...
פארוואס לויף איך?
ווייל איך האב נישט וואס צו טון?
ווייל איך ווער משוגע פאר ליידיגיין?
(דיסקלעימער: איר קענט ארויס נעמען די קוועשען מארקס-יזם אויב איר ווילט...)

נאר וואזשע דען?

פימפל עז עי דימפל, איך מיין דערמיט "נאָר" אייער-צוויבל טובה וועגן!, אז די פארעווע טשולענט מיט בהמה פלייש זאל נישט צוברענען נאך איידער מען האט אריין געלייגט די פערפל, נאר, ס'זאל זיך טון דא ארטיקלען למוציא-מצה, און דער עולם זאל כאָרכלען פאר געלעכטער.

דעריבער, דערזעהענדיג אז איך קען אסאך באשטייערן אלס רוסישע קהל, מ-מיילעך האב איך בא-נאמבער-שלאסן, אז... :

קלאטשט אלע....
;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@;1@
בּיאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַ

שששששששששששששששששש
שששששששששששששששששש
כ'קענישט הערן מיין אייגענע קול.....
הערטס אויף... שריייייייטס נישט אזוי....

שאקס.... די ווינט האט נאכאמאל צובלאזן מיינע צעטלעך.... האצמער און זייצמער....

העד-טשעק יבוא...





.
אטעטשמענטס
logo sbc.jpg
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

פאר'ן ארטיקל אליין וועל איך שטימען פאר דיר.

רבותי, זאלן מיר אים שטיצן?

בכלל וואס פארא מאכט האט א ראש הקהל?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שמערי האסט מיר אריינגעלייגט אין א פארלעגענהייט, כ'א שוין אפגעשמיסן מיט מאשקע אז אונז טרעיד-מיל אונזער וואוטס, יעצט שווארץ איך באלד.....וואס?....ווייס איך שוין נישט וואס צו טון.....

און פון די אנדערע זייט אז מ'וועט דיר ערוועלן וואס וועט זיין די נעקסטע קאמפיין וועט מען נישט הערן פון דיר.......נא...נא...נא...מ'קען דאס נישט צולאזן אונז קען מיר נישט זיך זען אין א וואלן סייקל אן שכל.....ח'מיין שמערי......!!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

נאך דעם ארטיקל קען איך נישט אנדערש מגיב זיין ווי
א קרעטשמע אָן שמערי בערי
איז קיין קרעטשמע נישט...
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום פרייטאג יוני 05, 2009 12:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לויט די היי סעזאן'דיגע פארמעסט, דארף מען ערנסט אריינקלערן אויב די טיטל "ראש הקהל" זאל נישט איבערגעביטן ווערן אויף "מליץ יושר" הקהל. פון די אלע ארטיקלן שטעלט זיך ארויס אז די קאנדידאטן פארמעסטן זיך ווער עס איז ראוי צו פארנעמען דעם טיטל "שר המליצ(נ)ות" פון היימישע קרעטשמע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פון וואנעט נעמט מען אבער דאס פאר א גוט יאר, ס'זעט אויס אז די פאר גראדע ווערטער וואסיז יא אריין געפאלן, האטער זיך ממש געמוטשעט וויזוי צו שרייבן גראד, פשוט אז דורך דעם זאל מען קענען פארשטיין די קרומע.

שמערי, הערליך, יישר כח פארן מאכן מיך אויספלאצן עטליכע מאל.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

דאס איז עפעס א ארטיקל וואס איז נישט סתם...

קיין איין גראד ווארט נישט ארויסגערעדט.....

וואסידאס?? אזאנס?? מיינעמילצן ליגן מיר דא אחידרויסן פון מיר... זיי זענען ארויסגעשפרונגען פון גרויס געלעכטער...

די בילד איז זייער שיין

שכח
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יוי ביזטו צע'דריידל'ט. דו מיינסט אז מיט פאלשע אידישע ווערטער וועסטו אפקויפן אונזערע ווערצלעך? ניין, מיר זאגן אייך קלאר: אונזער שטימע איז נישט פאר מעיל! דא איז נישט קיין שטח עפטער! כלל ישראל האט א גוטע נאניע וואס מ'קען נישט אפווישן!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די בילד פונעם האנט וואס לייגט אריין די שטום-קארטל איז פון מיר
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

שמערי???.. וואאססססס??.... דו לויפסט.?? דעס איז גוטע נייעס!!

ווי קען מען איין-געבעטן די עפל-וויקעשען??..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

שמערי, לויפט אוי WOW זעטס גוד.. מיט איין טניי וואט מען פאר דיר אז צו די גווינסט יא געווינסט נישט בלייבט דיין פענע דא (זאג נישט אז די ווינט האטעס אוועק געבלאזען מיט די בלעטער פינעם פערדן דרשה...)
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח שמערי'קע פארן געלונגענעם ארטיקל.

מיר וועלן עס ריקאנסידערן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער משוגענער מיינט עס נעבעך ערנסט.... די הערסט נישט וואס ער זאגט.. ער טענה'ט אז ער לויפט..

ער דערמאנט מיר פון יענער וואס איז נאכגעלאפן דעם פייער טראק זאגענדיג אז ער איז א פיייערלעשער.. לענינינו, דער שמערי האט דא... עממממ...

ווי גייט דער שפריך ווארט: "ווען דער נער איז ווען נישט שמערי וואלט איך נישט געלאכט, אבער"... קאמענטארן זענען וועלקאם.

שמערי, איך לאך נאך יעצט פונעם ארטיקל, האסט דא אריינגעווארפן מליצות איבערן דאך. ס'עפעס מוידעריג!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ושמרת קאמפיין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 3:19 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ושמרת קאמפיין »

יוי צייטליך, דו האסט מיר דערמאנט פון יענעם...חחח... כ'לאך אים אויס...

וואו דער שפריך ווארצל גייט? פרעג אים אליינס. מסתמא גייט ער שטימען.
יעס ווי קען! יא מיר קענען!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”