מקומות הקדושים בארץ ישראל

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מראש צורים
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:23 pm

פראבירט אראפ נעמען, ס'קומט מיר גארנישט אראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראש צורים »

וללמוד אני צריך האט געשריבן: נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

מראש צורים האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן: נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל


מיר האבן שוין פרובירט צו קאמפרעסן דעם פייל, אבער דערווייל גייט עס נישט.

איר, אדער ווער עס וויל קען מיר שיקן אן אימעיל אדרעסס אין אישי און מיר וועלן אייך אימעילן דעם פייל. איינמאל איר האט עס, אפשר וועט איר קענען אויספיגערן וויאזוי מ'קען דאס אפלאודן, לזכות את הרבים.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
מראש צורים האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן: נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל


מיר האבן שוין פרובירט צו קאמפרעסן דעם פייל, אבער דערווייל גייט עס נישט.

איר, אדער ווער עס וויל קען מיר שיקן אן אימעיל אדרעסס אין אישי און מיר וועלן אייך אימעילן דעם פייל. איינמאל איר האט עס, אפשר וועט איר קענען אויספיגערן וויאזוי מ'קען דאס אפלאודן, לזכות את הרבים.

קענסט עס לייגן אויף דראפבאקס, און לייג ארויף די לינק.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
מראש צורים האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן: נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל


מיר האבן שוין פרובירט צו קאמפרעסן דעם פייל, אבער דערווייל גייט עס נישט.

איר, אדער ווער עס וויל קען מיר שיקן אן אימעיל אדרעסס אין אישי און מיר וועלן אייך אימעילן דעם פייל. איינמאל איר האט עס, אפשר וועט איר קענען אויספיגערן וויאזוי מ'קען דאס אפלאודן, לזכות את הרבים.

קענסט עס לייגן אויף דראפבאקס, און לייג ארויף די לינק.


שוין געשיקט פאר עטליכע אין אישי, האפענטליך וועל זיי שוין קער נעמען דערפון.
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

מים חיים האט געשריבן: ר' שמח פייל


יישר כח!
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

ר' שמח פייל הילולת השל"ה בי"א ניסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

missing page after 105
צא''פ וואס ער דערמאנט דארט איז נישט א שם בדוי, איך קען אים אין ער שרייבט אסאך צו אויסגאבעס/ירחונים/עיתונים
מעגליך אז א צווייטער האט געניצט זיין נאמען עכ''פ איז עס נישט קיין שם בדוי
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך ווייס נישט וואס דא איז געשען, אבער עפעס איז איבערגעגאנגען מיינע מודעות עטליכע מאל. אמטשולדיגס.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: די קבר פון ר' אדא סבא. די קבר פון ר' יצחק.

טוב ה' לכל האט געשריבן: עס שטייט אויפן טאוועל רב ייבא סבא, אבער די אר''י הק' האט מגלה געווען אז ער ליגט ערגעץ אין יער הבעש''ט, דעריבער שפעקילירט מען אז דא ליגט א צווייטע סבא, ווי רב אדא סבא. רב המנונא סבא איז אין טבריא.

ערשט וועלן מיר דורגיין די פרטים איבער די דריי נעמען און די מעגליכקייטן ווער עס זענען די וואס ליגן אין מירון, און ווער עס ליגט הארט נעבן דעם קבר רשב"י.

רב ייבא סבא (רב ייבי סבא), א) איז נאר דא איינס אין ספר סדר הדורות. דער רב ייבא סבא איז געווען א תלמיד פון רב, ווי די גמרא ברענגט אין מסכת פסחים (ק"ג:), אז רב חננאל און רב ברונא וואס זענען געווען תלמידי דרב זענען געזצען ביי א סעודה מיט רב ייבא סבא, אדער גאר תלמידים פון רב חננאל און רב ברונא ווייל עס שטייט דארט אין רש"י (גמרא) אז ער האט משמש ביי די סעודה פון רב חננאל און רב ברונא.

ב) אין זוהר (אידרא פרשת האזינו) איז דא נאך איין רב ייבא סבא, אויב ער איז דערמאנט אין זוהר איז געווען א תנא. ער איז דער וואס ווערט דערמאנט אין ספר פון רבי חיים וויטאל בשם זיין רבין דער אר"י הקדוש אז ער ליגט נעבן צפת.

אין ספר עדן ציון, גראדע א זיידע פון ר' שָמֵ"ח שרייבט אז ס'איז מסתבר אז דער רב ייבא סבא וואס ליגט הארט נעבן דעם קבר רשב"י איז רב ייבא סבא א תלמיד פון רב. גם אני בחלומי וויל אנעמען דעם שיטה מחמת כמה סיבות, איין סיבה איז פשוט, ווייל מיט דעם דארף מען (כמעט) נישט מאכן שיבושים אין די ספרי הקדמונים.

ר' - רבי ייבא, ס'איז דא אויך א ר' ייבא אן דעם טיטל סבא און דאס איז ר' ייבא ב"ר יוסי אין מסכת ערכין (ה':).

אונטן פון מירון, וואו דער ראוד כאפט א שארפן דריי וואס ווערט אויך אנגערופן 'נחל מגידו', מ'קען זען פונעם ראוד א מערה, וואס איז אנגענומען אז דארט איז מנוחתו כבוד פון 'רב המנונא סבא', עס איז אבער דא צוויי מקורות - ספרים וואס שרייבן אז אויך ר' ייבא ליגט אין דעם מערה, דא האט איר די צוויי מקורות - ספרים:

"ירדתי מן ההר לטבול במי מגידו ההולך מתחת. בבואי שמה הוליכו אותי אל מקום מקוה התנא רשב"י, מחצב אבן גדול באמצע הנחל. ירדתי וטבלתי שמה, ועליתי בעבר השני. ושם, נגד מקום המקוה, מערות רבי המנונא ורבי ייבא סבא". [מסע מירון].

"לרגלי הר עצמון, ההר היותר גבוה מכל הרי ארץ ישראל, ראינו מרחוק את מערת רב המנונא סבא ור' ייבא סבא". [מסע האדמו"ר בעל אמרי אמת מגור].

אולי קען מען זאגן בדרך אפשר אז וויבאלד אין 'מסע האדמו"ר בעל אמרי אמת מגור' שטייט רב המנונא מיט'ן טיטל "רב" און ר' ייבא סבא מיט'ן דעם טיטל "רבי" רעדט מען דא פון ר' ייבא ב"ר יוסי פון מסכת ערכין. ס'מוז זיין אז ר' ייבא ב"ר יוסי איז געווען אן אמורא (לכאורה פון א"י), ווייל ער זאגט נאך א מימרא בשם רב. דאס וועט אויך פארענפערן די סתירה פון דעם וואס כמה ספרים שרייבן אז רב ייבא ליגט אויבן נעבן מערה פון רבי שמעון, והכל על מקומו יבוא בשלום.

ייבא, ס'איז דא נאך צוויי 'ייבא'ס' אן א טיטל.

___

רב אדא סבא, ר' ישראל מאיר גבאי, וויל זייער שטארק זאגן אז (נאר, עכ"פ וואס מ'ווייסט לויט אים) אז דער וואס ליגט הארט נעבן דעם קבר רשב"י איז רב אדא סבא, הגם ער שרייבט אויך אז עס קען זיין אז אויך רב ייבא סבא - דער אמורא ליגט דארט.

די גמרא אין מסכת קידושין ברענגט א מעשה: מר זוטרא ורב אדא סבא בני דרב מרי בר איסור פליג ניכסייהו בהדי הדדי, אתו לקמיה דרב אשי אמרו ליה (דברים יט, טו) על פי שני עדים אמר רחמנא דאי בעי למיהדר לא מצי הדרי בהו ואנן לא הדרי, או דלמא לא מקיימא מלתא אלא בסהדי. אמר להו, לא איברו סהדי אלא לשקרי (קידושין סה:).

אין אידיש: מר זוטרא און רב אדא סבא זענען געווען קינדער פון רב מרי בר איסור. ווען זייער טאטע רב מרי איז נפטר געווארן האבן זיך די צוויי ברידער צעטיילט מיט די ירושה אן די אנוועזנהייט פון צוויי עדים. זענען זיי געקומען פרעגן פאר רב אשי, אויב זיי זענען מחוייב איבערצומאכן די חלוקה. זייער שאלה איז געווען, צי דאס וואס מ'דארף עדות ביי חלוקת הירושה איז ווייל מ'זאל נישט קענען שפעטער לייקענען, אדער ס'איז א דין אין ירושה אז בשעת די חלוקה דארפן זיין עדות, אזוי ווי ביי קידושין. האט זיי רב אשי געענטפערט, אז עדות ביי ירושה איז נאר געמאכט אז מען זאל עס נישט קענען לייקענען, אבער ביי אזעלכע ערליכע מענטשן ווי איר זענט דארף מען נישט חושש זיין.

נו אז ער איז געווען א ברודער פון מר זוטרא, ווי די גמרא ברענגט דא, איז ער לכאורה געווען ערגעץ אינעם פינעפטן אדער דעם זעקסטן דור פון די אמוראים.

עס איז דא וואס זענען גורס רב אחא סבא, דארט אין מסכת קידושין, אדער איז א טעות און ער ווערט באמת אנגערופן רב אחא סבא. בכלל א זעט עפעס אויס איבעראל אז 'אחא' מיט 'אדא' זענען זיך מתחלף.

עס איז דא נאך איין 'אדא סבא' (לויט איין שיטה) אין מסכת מו"ק (כ' ע"ב), "תני רבי אדא (נ"א ר' אדא סבא) דמן קסרי קמיה דר' יוחנן שמע שמועה קרובה בשבת" וכו' אבער דא שטייט 'רבי' נישט 'רב'.

רב אדא, עס איז דא 25 רב אדא'ס אן דעם טיטל 'סבא' אין ספר סדר הדורות.

מיר איז נישט מסתבר צו זאגן אז הארט נעבן דעם קבר רשב"י ליגט טמון רב אדא סבא מחמת טעמים וואס מיר וועלן יעצט נישט אריינגיין דערינען.
___

רב המנונא סבא, אין דעם וועלן מיר נישט אזוי מאריך זיין ווייל עס איז גאנץ קלאר, כמעט אלע זענען מסכים וועלכע רב המנונא סבא דאס איז, און ווי אויך וואו מנוחתו כבוד איז.

עס איז דאס צוויי רב המנונא סבא'ס, 1) פון זוהר הקדוש, א תנא (זוהר ויחי), ער ליגט אין די מערה פון רבי חייא ובניו אין טבריא, ווי ידידינו 'רב טוב ה' לכל' שרייבט שוין, 2) דער צווייטער איז געווען א תלמיד פון רב און א חבר פון רבי חסדא וי"א אז ער איז געווען א תלמיד פון רב הונא, אין תוס' אין עירובין (ס"ג.), שטייט, אז עס זענען געווען צוויי רב המנונא סבא'ס אין יענע צייטן. עכ"פ, דער וואס דארט אונטן פון מירון וואו דער ראוד כאפט א שארפן דריי וואס ווערט אויך אנגערופן 'נחל מגידו' איז דער מערה פון רב המנונא סבא אן אמורא.

עס איז דא נאך עטליכע רב המנונא'ס אבער אן דעם טיטל סבא, אבער ווי געזאגט וועלן מיר נישט מאריך זיין אין דעם.

וועלן מיר נאר ענדיגן מיט די תפלה וואס רב המנונא סבא פלעגט מתפלל זיין נאכ'ן דאווענען: יהי רצון מלפניך ה' אלקינו, שתעמידנו בקרן אורה ואל תעמידנו בקרן חשכה ואל ידוה לבנו ואל יחשכו עינינו (ברכות יז.).
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: גבאי געטראפן דעם מערה ממש אינטער דער שטיין, דאס הייסט אויפן בארג אביסל אראפ, וואס קומט למעשה אויס בערך אינטער דער שטיין, און לכאורה איז ער גערעכט אז דארט ליגט שמאי מיט זיינע תלמידים, און אזוי קוקט אויס פון די כתבים. אויך קדמונינו קריגט זיך נישט דערמיט, און שמ''ח האלט אויך אזוי.


נאר שמאי הזקן, נישט די תלמידים. אויבן האבן מיר געלייגט א מאפע ווי עס ווערט אנגעצייכענט פונקטליך וואו די תלמידי שמאי הזקן ליגן באהאלטן.
אטעטשמענטס
מאפע
מאפע
שמאי.JPG (523.66 KiB) געזען 2923 מאל
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: מיר האבן דא עטליכע ערטער צו באזוכן:
דאס ערשטע איז די קבר פון ר' אבדימי דמן 'חיפה', וואס ליגט טאקע ווי ער האט געוואוינט. זיין קבר געפינט זיך אינעם אלטן בית החיים אין צענטער פון שטאט. נעבן אים ליגט א קאסובע אייניקל, די ראדאוויציער, מחבר ספר 'ויקח משה'.


שטיקל טעות.

בעל מחבר ספר 'ויקח משה' איז געווען א זון רבי יוסף אלתר מראדאוויץ, ער האט געהייסן רבי משה, ער ליגט אין צפת.

רבי יוסף אלתר מראדאוויץ בן הבעל תורת מקאסוב בן רבי מענדעלע קאסוב'ער, ליגט אין חיפה נעבן רב דימי דמן חיפה.

פאר מער קוקט דא.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... db33405216
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: מיר פארן אריין אין די צענטראלע שטאט 'סכנין', פון די גרעסטע אראבישע שטעט אינעם גליל.

דא ליגט טאקע ר' יהושע דסכנין. ער ליגט אין צענטער פון שטאט, נישט ווייט פון די הויפט שאסיי אויף וואס מיר פארן יעצט, אין א גרויסן שיינעם בנין וואס איז לכאורה געבויט געווארן תיכף נאך זיין פטירה איבער זיין קבר, און שטייט נאך זינט דאן!.


לויט געוויסע ליגט דארט אויך רבי שמעיה חסידא פון זוהר הקדוש. 1לויט'ן ספר שבילי דירושלים, איז דאס גאר דער אמורא רבי שמעון חסידא, פון וועמען עס ווערן געברענגט פיל מימרות אין ש"ס, ווי "נוח לו לאדם שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חברו ברבים" (בבא מציעא נט.) און נאך באקאנטע מימרות.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: די היינטיג אנגעצייכנטע קבר פון חבקוק איז א זיכערע טעות, גם ר' שמ''ח זאגט אזוי (מפי השמועה).

ר' שָמֵ''חַ האט מיר פריערד געשריבן דברים כהוויתם:
"לדעתי איז פארקערט. אוואו דער בנין פון קדמוננו איז אויך געווען אמאל א בנין, מער אין די זייט פון די ווייבער שול דארטן. איך האב דאס געהערט פון כמה זקני ירושלים. אויסער דעם איז געווען דארטן א ארון קבורה וואס אויף דעם האט מען געבויעט די מצבה. הרב הרצברג איז געקומען און געזעהן נאר די נייע בנין, האט ער געזוכט און געפונען אין מיטן די אראבישע קברים שטיינער פון א אלטן בנין האט ער באשלאסן אז עס איז דארטן. אבער עס זעהט אויס מער ריכטיג דער בנין פון קדמוננו"‎ עכ"ד.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: אבער מיר וועלן צום ערשט מאכן א לינקס אויפן 87 וואס נעמט ארום די כנרת פון צפון זייט, דא האבן מיר צו באזוכן 'כפר נחום'.

אויך האבן מיר דא א קבר. דער קבר איז היבש נישט קלאר ווער עס ליגט דא. לכאורה איז עס נחום הנביא, ווי עס איז משמע פונעם אר''י הקדוש, וואס לכאורה נאך זיין ארטיגע קבר איז די שטאט גערופן געווארן אלע יארן 'כפר נחום' - די דארף ווי נחום הנביא ליגט.


גאנץ קלאר, רבי חיים וויטאל שרייבט וזל"ק: במזרח ים טבריא יש כפר אחד ושמו כפר תנחום (נחום), אומרים כי שם קבר נחום האלקושי. ונראה לעניות דעתי שמורי ז"ל הודה בזה".

שטייט דא קלאר אז מנוחתו כבוד פון נחום הנביא איז דא. וואס איז נישט קלאר (אפשר האט איר דאס געמיינט צו זאגן, 'נישט קלאר'), ווייל רבי חיים וויטאל שרייבט "כפר תנחום" אשטאט די היינטיגע נאמען "כפר נחום" די חילוק איז סך הכל נאר א "ת" און עס קען זיין אז מיט די יארן איז עס נתחלף געווארן.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: די דארף ווי נחום הנביא ליגט.


און לויט געוויסע ליגט אויך דארט 'רבי תנחומא בר אבא' מחבר פון די באקאנטע "מדרש תנחומא" על התורה.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: פון דא וועלן מיר צופארן צו די קבר פון ר' חייא ובניו, און ר' המנונא סבא, און רב הונא ריש גלותא. רב הונא ווערט שוין דערמאנט אין מדרש אז ער ליגט נעבן ר' חייא ע''פ זיין צוואה.
למעשה איז די ריכטיגע פלאץ פון דעם קבר היפש נישט קלאר. גבאי שטעלט עס אויף א צווייטע פלאץ, און ר' שמ''ח מאכט דאס אויך אוועק. למעשה איז מען אויף דעם ארט געגאנגען אלע יארן, האט עס זיכער א קדושה און שטארקע סמך.
אנצוקומען אהין דארף מען גיין צענדליגע טרעפ, כידוע. און אויבן האט מען א שטיקל בנין איבערן קבר, להיות מחסה וצל מזרם וממטר.


עס איז א וועג אנצוקומען פון אויבן, מ'זאל נישט דארפן ארויפגיין אלע שטיגן.
לעצט פארראכטן דורך וללמוד אני צריך אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: צוריק ארויף די בארג. נעבן דעם בית המדרש, האבן מיר די קבר פון ר' זירא, וואס מען זעט טאקע אין חז''ל אז ער האט געוואוינט אין די געגענט פון טבריא. עס איז א אלטע חרוב'ע בנין וואס עס זענען נאר געבליבן עטליכע ווענט דערפון, וואס איז לכאורה געשטאנען אלץ א ציון אויפן קבר פון ר' זירא.

און נישט ווייט דערפון, אביסל שווער צו טרעפן, האבן מיר די קבר פון נתאי הארבלי. דאס איז א קליינעם מערה אינטערן ערד.

דערנאך איז דא די קבר פון חזקיה ראש הגולה. ווייטער ארויף אויף דעם ראוד. אבער עס איז נישט קלאר וואו פונקטליך.


חזקיה ראש הגולה ליגט אין דעם פארק. לידיעת הציבור, דאס פלאץ איז אסאך מאל פארמאכט.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: האבן מיר גענדיגט מיט ארבל. יעצט פארן מיר צוריק צום הויפט שאסיי. און מיר פארן אין ריכטונג פון קבר יתרו חותן משה, וואס מיר האבן עס שוין דורכגעטון עטליכע וואכן צוריק, דארט אויף די גאסן אין חורפיש, ביי די אנאליז איבער די דרוזן, וואס דאס איז זייער הייליגסטע ארט.
די קבר פון יתרו איז אין א ריזיגן בנין. נישט אלץ לאזן זיי אריין, און אויב יא, דארף מען אויסטוען די שיך כמנהגם.
אינעם ציון פון יתרו, געפינט זיך א שטיין, מיט א סימן פון א פיס דערין. די מסורה זאגט אז דאס איז א שטיין מיט די פיס טריט פון משה וואס די אידן האבן אריינגעברענגט מיט זיך קיין ארץ ישראל. לויט ווי עס ווערט דערציילט, האט די הייליגע בת עין דא באזוכט, און זיך ארויפגעווארפן אויף דעם שטיין און געוויינט דערויף ביז ער האט עס אנגעפילט מיט טרערן!

דא ארום איז אויך דא די קבר פונעם תנא ר' יהושע בן פרחיה. עי' בספרו של גבאי.


לויט גבאי ליגט דא אויך צפניה הנביא, א נביא וואס מיר דערמאנען יעדן טאג ביי שחרית (את הדבר שהבטחתנו על ידי צפניה חוזך, כאמור: בעת ההיא אביא אתכם, ובעת קבצי אתכם וכו') און אויך רבי יעקב איש כפר חיטיא.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: צום ערשט וועלן מיר אדורכפארן דעם גאנצן ישוב, און ביי די ענדע, וועלן מיר אריבערגיין דעם צוים, און דארט אראפפארן אין טאל אריין צום קבר פון רבינו הקדוש! ר' יהודה הנשיא.


ר' ישראל מאיר גבאי ברענגט אז, עס דא וואס זאגן, אז די צוויי קינדער פון רבי יהודה הנשיא, רבי שמען און רבן גמליאל השלישי, ליגן אויך דארט.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: למעשה איז די גאנצע ענין פון דער קבר (רבינו הקדוש), זייער פארפלאנטערט. כאטש די מסורה גייט אלע יארן אז ער ליגט דא, פרעגט שוין די שיטה מקובצת דערויף, און ער פלאגט זיך עס צו פארענטפערן. מיר וועלן גיין מיט דעם אז ער ליגט דא טאקע וויבאלד אלע יארן האט מען אזוי געהאט מקובל. אבער מיר וועלן אביסעלע אויסשמועס'ן די ספיקות.


וז"ל השיטה מקבוצת: וקבלה בידי, שקברו [של רבינו הקדוש] בציפורי, ואני זכיתי והייתי על קברו, (כתובות קג:).
אפטא
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

Re: עכברה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטא »

ביטע ווער קען ארויף לייגן א מפה ווי אזוי מ'גייט צופיס צום ציון פון התנא עקביא בן מהללאל, רבי ינאי, מקום כלי בית המקדש
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”