דיונים ועיונים בתפלת ראש השנה
קודם א גוט יאר, איר זאלט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.
במשכ'ן יום טוב ביי תפילות איז מיר נולד געווארן עטליכע זאכן וואס איך וואלט געוואלט וויסן זייער פשט. און איך בין זיכער אז נאך אידן דא האבן זאכן וואס זיי ווילן פארשטיין פון די תפילות פון די הייליגע טעג, זאל דער אשכול דינען דעם ציל וואו מען זאל די ענינים אויסקלארן בדיבוק חברים.
א) אין ספרים הקדושים ווערט שארף ארומגערעדט אז מען זאל אום ראש השנה נישט דערמאנען קיין חטאים, דאס איז די סיבה פארוואס מען לאזט אויס די ערשטע אבינו מלכינו, וואו מען זאגט חטאנו לפניך, און דעריבער זאגט מען שטיל די לעצטע אבינו מלכינו ווייל דארט ווערט דערמאנט חננו וענינו כי אין בנו מעשים עשה עמנו צדקה וחסד והושיענו.
קודם דארף מען פארשטיין וואס איז בעסער אז מען זאגט דאס שטיל? שטילערהייט טאר מען אויך נישט זיך מתוודה זיין ראש השנה, סיידן ביי תקיעות,ווייל דאן איז דער מקטרג בהול.
חוץ אויב מען וועט מחלק זיין פון זאגן חטאנו לפניך וואס דאן איז מען זיך מתוודה בפירוש, צו ווען מען זאגט בלויז כי אין בנו מעשים עשה עמנו צדקה וחסד, וואס דאן איז בלויז משמע אז מען האט עבירות, ועדיין צריך עיון.
אויך איז צריך עיון צי מען זאל זאגן פארן דאווענען די תפילה פון ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע וואס דארט ווערט דערמאנט אסאך איבער חטאים.
ב) ביי יוצר אור זאגט מען: אור עולם באוצר חיים וגו', וואס איז באדייט פון זאגן דעם פראז ראש השנה און יום הקדוש?
המשך יבוא...