אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
איך_הער האט געשריבן: הרב גד, פארשעם מיך נישט, איך בין א בעל קורא, און כ'האב טאקע יא געוואוסט דערפון.
אויף דעם האביך דאך געשריבן אז געציילטע קענען יא
ביי זית, איז אויך א סיבה אז ס'שווער צו זאגן אין מבטא נאך א יוד אגעהעריגע צירי, די זעלבע ביי שנים אדער שתים
ביי גר הן חן זאגט זיך גרינג א צירי, ביי זית אבער קומט כמעט מיט א חיריק יוד, פרובירט עס אויס.
בפרט אז אמאל זאגט מען דאך טאקע יא מיט א חיריק יוד, וועגן דעם מאכט זיך מער די טעות.
איינער האט דערמאנט דא אשרי יושבי, ביי סוף אשרי האב איך שוין אסאך מאל געהערט בעל תפלות ביי מנחה ענדיגן, תהלת ה' ידבר פי וַיברך אזוי ווי ויברך דוד את ה'.