די מציאות איז געווען אז אין א גראסערי איז געווען סאשעל דיסטענג און 80 פערצענט מענטשען האבן אנגעהאט א מאסק פון ווען מען איז אריין אין געשעפט ביז מען איז ארויס אין די בתי מדרשים וואס זענען געווען אפען זענען נישט געווען קיין סאשעל דיסטענג (אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל, די ערשטע וואך נאכן עפענען, איז געשטנען א שומר ביים טיהר און באלד נאכן אריין קומען האט מען אויס געטוהן די מאסק)
פון אלע סארט מענטשען אנגעהויבען ביי די וואס האבן אכטונג געגעבען אויפ א שטארק פארנעם און גענדיגט ביי די וואס האבן זיך בכלל נישט אכטונג געגעבען, זענען געווען וואס זענען ליידער נישט דא און וואס זענען יא דא
יצח וועבערמאן האט געשריבן:
שבת בשבתו קרח - לאנדאן דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא, צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד זעה אטעטשט
אלעס וואס ער ברענגט איז בנוגע דיני ממונות, וואס איז בנוגע סתם חוקי המדינה נישט אין דיני ממונות?
דאכצעך אז דינא דמלכותא דינא ווערט נאר דערמאנט אין מסכת בבא בתרא ביי דיני ממנות אין אזוי ווערט טאקע גע'פסקענט אין שו"ע הלכות חושן משפט, דענק איך נישט די פונטקליכע מ"מ, אויב ס'איז אייך נוגע קען איך נאכקוקן.
מען האט שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אז דינא דמלכותא גייט נאר אן ביי דיני ממונות אין דאס א אפענע רמב"ם הל' זכיה ומתנה פ"א יעו"ש
וז"ל טו) במה דברים אמורים במקום שאין משפט למלך אבל אם דין אותו המלך ומשפטו שלא מי שכותב בשטר או הנותן דמים וכיוצא עושין כפי משפט המלך שכל דיני המלך בממון על פיהן דנין ראשון למלך חזקת שכולן בדדך אלא אלו בקרקע בדברים זכה ידוע יזכה
מומחה יוחס האט געשריבן:
מען האט שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אז דינא דמלכותא גייט נאר אן ביי דיני ממונות אין דאס א אפענע רמב"ם הל' זכיה ומתנה פ"א יעו"ש
וז"ל טו) במה דברים אמורים במקום שאין משפט למלך אבל אם דין אותו המלך ומשפטו שלא מי שכותב בשטר או הנותן דמים וכיוצא עושין כפי משפט המלך שכל דיני המלך בממון על פיהן דנין ראשון למלך חזקת שכולן בדדך אלא אלו בקרקע בדברים זכה ידוע יזכה
הלכות נזקי שכנים איז אויך ממונות. טאמער דער ציבור וויל זיך היטן דורך סאושעל דיסטענצינג, גיין מאסקעס אא"וו, איז דער וואס פארלעצט די געזעצן א מזיק, אפגעזען צו ער האלט אז די מעדיצינישע אינסטאנצן האבן זיך פארגרייזט. ווייל די ציבור איז די קובע די נזקי ציבור.
וכן אויך ביי דרייוון געזעצן. אה"נ אז זיי האבן נישט מתנה געווען דאס נוצן די גאס אויף האלטן די געזעץ, אבער דער וואס גייט צו שנעל וכדו', לייגט אנדערע אין געפאר. אפילו ווען ער ווייסט בידיעה אז ער וועט נישט מזיק זיין, און למעשה איז ער נישט מזיק, פון דעסטוועגן האבן זיי די רעכט צו זיין פארזיכערט לויט זייער פארשריפטן.
דאס איז די סברא פון דינא דמלכותא אין דער פאל. א ראיה ווילסטו? דער חתם סופר אין דער תשובה איז דאך מסביר די דינא דמלכותא פון די גמרא אין ב"ב (נישט ב"ק) אויף אזא אופן, אז די מלכות איז נישט נאר בעלים, נאר זיי זענען קובע פאר די ציבור.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
'רוב ציבור'?! רוב ציבור אין ברוקלין גייט יא מיט מאסקעס, נאר די אידן גיין נישט. און דאס שרייב איך אז להלכה זענען זיי נישט גערעכט, די ברייטע ציבור פון גוים האבן א רעכט צו פארלאנגן אז מיר זאלן זיך און זיי היטן פון די מחלה.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
דער חתם סופר שרייבט אין זיין תשובה אז דינא דמלכותא דינא נעמט זיך פון דעם אז די מלכות פירט דער לאנד און איז קובע די ענייני ציבור וויאזוי די ציבור דארף לעבן צוזאמן. נישט רוב, נאר ציבור.
עס דארף נישט קיין רוב, עס דארף נישט קיין דעמאקראטיא. פונקט היינט איז עס עפ"י דעמאקראטיא, און דער רעגירונג ווערט געוויילט דורך די בירגער. די רעגירונג איז די שלוחים פון די ציבור אוועק צו שטעלן די געזעצן, און ווען די געזעץ איז געמאכט געווארן צו היטן די געזונט פון די ציבור, ווערט עס א רעכט וואס יעדער בירגער האט באשיצט צו ווערן פון די היסן און באצילן פון דער יחיד. די מאס באשיצן וואס עס קומט זיך זיי איז פונקט לויט די געזעץ, ד.ה. גיין א מאסק, נישט קיין hazmat אנצאג. נישט מאכן קיין פארזאמלונגן אא"וו.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
דער אמת איז, צו פארשטיין די סוגיא דארף מען זיך זעצן לערנן (ווועלכע סוגיא נישט?). דער סוגיא אין ב"ק רעדט פון די רעכטן וואס א קעניג האט אויף די פאלק, וואס ער מעג נעמן פון זיי פאר זיך. דארט רעדט זיך אויך פון א מושג פון 'חמסנותא דמלכא', וואס דאס מיינט ווען דער מלך נעמט מער ווי דאס וואס צו דעם איז ער בארעכטיגט. דאס פאסט בכלל נישט ביי א דעמאקראטיא, ווייל עס איז נישט דא קיין מלך וואס נעמט פאר זיך (אפיציעל).
דער גמרא אין ב"ב רעדט פון די קניינים צווישן מענטשן, ווי דער קעניגס רעכטן קומן נישט אריין. דארט זאגט דער רשב"ם א נוסח אז דער ציבור נעמט אן די חוקים פון די מלך, און ממילא איז ער דער קובע. דער חתם סופר איז מסביר אז דאס איז ענליך צו הלכות ציבור, אז דער ציבור איז דער קובע אין זאכן נישט דער יחיד. נאר ביי קהלות בישראל גייט עס עפ"י רוב, און דער מיעוט איז נגרר בתר רוב. ביי דינא דמלכותא גייט עס לויט דער מלך. אין די צייטן פון מלוכות אין יוראפ, האט דער מלך, פריץ, גובערנאטור אדער שטאטראט צו וואס געהאט א געזונט אנשטאלט וואס זיי האבן געפירט די ציבורס געזונט עניינים, אזוי ווי מגיפות וכדו'. היינט וויילט מען אריין די פירערס לויט די רוב, אבער נישט די געזעצן. די געזעצן און אויפפירונגן זענען באשטימט לויט די עקספערטן וואס דער איינגעוויילטע רעגירונג באשטימט.
אפילו א יחיד האט א רעכט צו מאנן מ'זאל זיך פירן מיט די געזעצן פון פירן א קאר, הגם אז רוב ציבור וואלט געוואלט פארן שנעלער, וויבאלד די ציבור - ד.ה. די וואס רוב ציבור האבן באשטימט - האבן אוועק געשטעלט די געזעצן אזוי. ודון מינה ואוקי באתרה.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber