איך עפן דעם אשכול, נאכדעם וואס עס מאכט זיך אז איך באקום פון צייט צו צייט בריוולעך איבער עצות אדער אנדערע קאמענטארן איבער כלליות'דיגע אנגעלעגנהייטן איבער דעם היינט-פאפולערן פארום 'על הצדיקים'.
אשר ע"כ פיל איך אז דער מקום וועט זיין א גוטער פלאץ ווי חברים זאלן פארלייגען אן הצעה אדער הערה איבער סיי וועלכע ענינים השייכים צום פארום, ותשועה ברוב יועץ, בכח הרבים קענען מיר אסאך אויפטוהן אין פארשידענע געביטן וואס אנבאלאנגט דעם סוקסעס פון אונזער פארום.
איך וויל דא אויסדרוקן א דאנק פאר חברינו היקר ר' חייקל הי"ו וועלכער האט גענומען די מיה צוצושטעלן בילדער צו אונזער אלבום קאלעקציע פון גדולי דורנו שליט"א.
איך האב היינט ערהאלטן א בריוול פון מאורנו ומאליפינו מראשי חבורתינו הרב ר' זיידה'ניו שליט"א, בעטנדיג אז מיר זאלן מחדש זיין די אלבומס כבימים קדמוניים ווען א יעדעס בילד וועלכע איז ערשינען בין כותלי בית היכלנו האט געפונען א פלאץ אינעם צוגעקלעבטען בידלער קאלעקציע למען יעמוד ימים רבות למשמרת ולאסוף הכל לפונדק אחד.
מיין אנטווארט האט נישט געשפעטיגט אז דערזייט דער פארום איז זיך קע"ה צעוואקסען ימה וקדמה איז אומעגליך פאר איין מענטש אנצוהאלטן אלע פונקציעס און טאקע דערפאר האבן מיר בשעתו אפעלירט פאר וואלונטירען וואס קענען באשטיין ארויסצוהעלפן צו די הצלחה פון די אלבומס.
איך וויל טאקע נאכאמאל מעורר זיין, ווער עס וויל טאן א געפעליגקייט מיט אנדערע אידן, קען גרינגערהייט קאפירען די בידלער למשל וועלכע ערשיינען אינעם 'מי האיש' אשכול און מיא ממש קורצע ביוגראפישע שטריכען עס אריינשטעלן אין די אלבומס, ויבא על שכרו מעם ה' שלימה.
2) דער פארום 'על הצדיקים ועל החסידים' וועט ווייטער דינען איר ציל איבער וועלכע זי איז געעפנט געווארן בעיקר אלס 'תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים' די תולדות ושושלות היחס פון פרטיות'דיגע גדולי ישראל אדער אישי הציבור וועלן ווייטער באהאנדלט ווערן דא בככבודם הראוי, לשם ולתפארת.
עס איז צום האפן אז דער טויש וועט זיין א השתנות למעליותא פאר אונזער הערליכען ווינקל וועלכע איז שוין היינט ברייט באקאנט מיט איר זעלטענעם חן, און צו דער זעלבער צייט ברויך מען בעטן דעם אייבירשטען שלא יצא מכשול מתחת ידינו וחפץ ה' בידינו יצליח.
יום ד' פר' צו-הגדול תשס"ט לפ"ק, פה מערכת על הצדיקים יצ"ו
בשם כל קהלה קדישא הדין ווילן מיר מקבל זיין די חשוב'ע געסט, נייע מעמבערס וועלכע זענען קע"ה צוגעקומען אין די לעצטע שטיק צייט, וניתוספו ספסלי בית מדרשינו, כולם אהובים כולם ברורים וכולם פותחים את פיהם, ב"ה אסאך נייע מיטגלידער האבן זיך קובע מקום געווען און זענען משפיע מהודם עלינו., יהא בואכם לברכה, כלנו כאחד יחד נזכה לראות ברכה בעמלינו.
עס איז כדאי צו דערמאנען און אויסשמועסן עטליכע וויכטיגע נקודות וואס אנבאלאנגט די אופן וויאזוי דער פורום איז געווארן געפירט ביז היינט לשביעת רצון החבירים, און מיר האפן אז די נייע חבירים וועלן פארשטיין דעם סדר און זיך צושטעלן דערצו לרומם קרניננו למעלה.
א.נייע אשכולות ברויכן געעפנט ווערן נאר נאכדעם וואס מ'מאכט זיכער אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער דעם גדול, גזע אדער נושא, ולא אמרי רבנן בכפילא (מען קען גרינג נאכזוכען דורך 'חיפוש' אדער אינעם מפתח שעשה חברינו היקר הרב הזיידעניו שיחי')
ב. ביים עפענען א נייע אשכול איז זייער וויכטיג צו פרובירען אז דער תגובה הפותחת את האשכול זאל פארמאגען עטוואס מער ווי בלויז א נאמען פון א גדול מיט זיין יארצייט, אדער מינימאלע אינפארמאציע, אויב וויל מען זעהן א ברכה אינעם נייעם אשכול, איז כדאי אנצופאנגען מיט א תגובה הראוי' להתכבד, אז דער אפעטיט פון די אנדערע מיטגלידער זאל מיטקומען מיט'ן עסן.
ג. בכלל איז זייער וויכטיג אינאכט צו נעמען ביים אפשיקן סיי וועלכע תגובה אינעם פורום, אז דא איז נישט סתם א פארברענגען פלאץ, מיר פארמאגן היינט צוטאגס ברוך השם, מיטגלידער פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע עלטער און געגנטן, וועלכע ברענגען צו אן ערנסטקייט צום פלאץ, און דאס ברויך מען אין קענטעניס נעמען ביים שרייבן א תגובה אז מ'רעדט דא צו א ציבור וועלכע זיכט אביסל תוכן און נישט קיין מינדערוויכטיגע אדער פארברענגערישע געשפרעכן.
ד. פערזענליכע אטאקעס, דברי זלזול אויף סיי וועלכע גדולים בישראל אדער אפי' אויף סתם פיינע אידן, אויסער וואס דאס איז קלאר קעגן די תקנת האתר בכלל, איז דאס זייער קעגן די רצון פון די מיטגלידער און וועט שטרענג אינפארסירט ווערן אויף סיי וועלכע אופן המועיל, באזירט אויף די דעת פון די גבאים.
ה. מען בעט זייער שטארק אלע מיטגלידער נישט צו שאפן ארבעט פאר די גבאים מתקן צו זיין תגובות, ביטע איבער קוקען אייערע תגובות פון פארדריסליכע טעותים אדער סיי וועלכע פעלער וואס וועט באצווינגען די גבאים זיך צו באפאסן דערמיט, געדענקט די גבאים זענען איינגעשטעלט שלא על מנת לקבל פרס.
דער אייבירשטער זאל אונז בזכות זה אלע שומר ומציל זיין מכל מכשול וטעות, שלא נבוש ולא נכשל ולא נכלם לעולם ועד, מיר האפן אז יעדער וועט פארשטיין אז די ענינים זענען לטובת אונז אלע, ובזכות כח האחדות בינינו יעמדו לנו זכות כל הצדיקים הנזכרים כאן, להוושע בכל מילי דמיטב.
א חג כשר ושמח וואונטשן, די גבאים שע"י מערכת על הצדיקים בשם אלע גבאי ביהמ"ד
אזוי נישטערנדיג אין די אשכולות, זעה איך אז ס'איז דא א עקסטערן אשכול איבער הרה"ק רבי יוחנן מסטאלין זצ"ל, אפשר איז דאס כדאי צו קאמבאנירן מיט די אשכול פון שושלת סטאלין. הלא לא אמרו רבנן בכפילא. (בפרט ווען אינעם אשכול "שושלת סטאלין" ווערט רבי יוחנ'טשע שטארק באהאנדעלט באגלייט מיט א בילד וכו').
ר' נחמן נתן, הגם אין דעם פאל האט איר רעכט, אבער אין אלגעמיין איז נישט שלעכט צו האבן אן אשכול אבירע א גדול פערזענליך אפי' ווען דער שושלת האט שוין א מקום מיוחד.
דאס איז דער מיינונג פון אני הדל, די גבאים זאלן דעסיידען.
אין די לעצטע עטליכע וואכען איז פארגעגאנגען א זוכעניש מאחורי הפרגוד איבער א פארלוירענעם אשכול חשוב בבית מדרשינו בשם 'זכרונות מרבה"ק מסאטמאר זצ"ל'. דער אשכול איז געווען אן אוצר בלום וועלכע האט אנטהאלטען אריבער 20 בלעטער מיט ערשט האנטיגע זכרונות און סיפורים מבית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אפגעשריבען דורך חברי עדתינו, ועל צבאם ידידינו הנכבד עסקן נמרץ לבית מדרשינו שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה, מזקני חבורתינו ומפארי קהילתנו ה"ה הרה"ח ר' שמחה מאויוואר הי"ו.
אונזער טייערער ר' שמחה האט אליינס זוכה געווען אין די בראשית יארען אין וומ"ס און שפעטער אין ב"פ מיטצוהאלטען די עבודת הקודש בבית רבינו ז"ל ווי א חסיד מן השורה און מיט זיין זעלטענעם איבערגעגעבנקייט האט ער אראפגעשריבען קובץ על יד ממה שנשאר בזכרונו, פארשטייט זיך אז די ענינים האבן געשאפן אן אינטערעסע בשעתו ביים ציבור מקשיבים איבערצופרעגן פארשידענע פרטים און נאכגיין פארשידענע ענינים וואס האט געפעלט אדער וואס ר' שמחה האט נישט אלס געדענקט, און מענין לענין ובאותו ענין איז פארלאפען שיינע שמועסן איבער הנהגות חשובות און אינטערעסאנטע זאכען פונעם רבי'ן ז"ל.
ווי געזאגט איז דער אשכול מיסטריעז פארשווינדען געווארן, פונקט דער אשכול הכי חשובה איז אראפ פון די מאפע און וויפיל די געטרייע הנהלה מיט די הילף פון די טעכניקער און מנהלים גשמיים האבן פרובירט צו קומען אויף אירע שפירען, לא הצליחו ועקבותיה לא נודעו.
ל'מאנסע' איז נישט געבליבען קיין ברירה און כאטש מציל צו זיין וויפיל מ'קען, האט מען ארויסגעזוכט פון די ארכיווען וואס ליגט ביי די אנפירערשאפט, איינע פון די אלטע ווערסיעס פון אונזער פארום און אזוי האט מען כאטש אנטדעקט 18 דפים פון דעם דערמאנטען אשכול.
היצט איז געבליבען די ארבעט פון אריבערקאפירען יענע תגובות אריין אהער, וואס די טעכניקער האבן נישט באוויזען צו טאן מיט בלויז עטליכע קענפלעך און עס האט אויסגעפעלט מעשי ידי אדם, אויף וועם פאלט די גורל דאס אויסצופירען? איר האט צוגעטראפען, דאס איז ווייטער אונזער ר' שמחה וועלכער האט די לעצטע פאר טאג געארבעט הונטער די קוליסען צוריקצוברענגען אונזער פארלוסט און משיב צו זיין אבידתינו.
די ארבעט איז געגאנגען פאמעליך ובישוב הדעת צאמשמעלצנדיג עטליכע תגובות בענעזאם ווען די נושא האט ערלויבט און מסדר זיין די תגובות באופן היותר מועל, עד שזכה לברך על המוגמר בכי טוב ובשעה טובה.
מיר וועלן בקרוב אריינברענגען דעם אשכול צוריק בתוכינו לשמחת כל בית קהילתינו, און דערווייל בלייבט איבער צו וואונטשן פאר אונזער ידיד ר' שמחה, יברך ה' חילו ופועל ידיו תרצה, בכל אשר יפנה יצליח ויזכה עוד רבות בשנים לשמחינו ולהנות אותנו מנועם זיוו אמרותיו המלאים מזן אל זן, מתוך בריות גופא ונהורה מעליא, מתוך רוב 'שמחה' ורב נחת דקדושה מכל יוצ"ח, ונזכה כולנו לכוח"ט ולשנת כאולה וישועה אמן.
כ"ד הגבאים בשם כל הקהל הקודש ובשם חברי ההנהלה והאחרים
מיר ווילן זיך עפנטליך באדאנקען פאר ידידנו ר' שמחה פאר די פיל מיה וואס ער האט אריינגעלייגט צוריקצוברענגען דעם טייערן און זעלטענעם שמועס אריין און אונזער ביהמ"ד, אין דערמיט מקיים דעם השב תשיבם לאחיך, זאל דער פון אויבן אייך בענטשן מיט כל טוב וכי טוב בבני חיי ומזוני רויחי עמו"ש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איך האב היינט געעפענט א נושא איבער הרב יששכר דוב אילאווייא פון נוי ארליענס און עס איז אפגעמעקט געווארען.
פארוואס??
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)
פרנסה האט געשריבן:
איך האב היינט געעפענט א נושא איבער הרב יששכר דוב אילאווייא פון נוי ארליענס און עס איז אפגעמעקט געווארען.
פארוואס??
ווי דער חשוב'ער מייסד האט ערווענט איז עס נישט פארמעקט געווארן, עוד יבא יומו אי"ה, לכל זמן ועת לכל חפץ (קהלת ג' א') וברש"י: כי לכל דבר יש זמן קבוע מתי יהי', ובלע"ז אומרים "טיימינג מעטערס".