מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע:כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

קומט ביטע אריין מיט אייערע געדאנקען, עצות וכדו' כיד ה' הטובה עליכם, אויף דער גאר ווייטאגליכער נושא.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע:כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

?

הגות תבונות האט געשריבן: ?

אנטשולדיגט, כ'האב געהאט א טעות לייענענדיג דעם קעפל, (עפעס האב איך געמיינט ס'שטייט וועגן הענדלען סטרעסס)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וואס מען רעדט דא איז גורם זיין א פאראדיים שיפט ווי מען רופט דאס, טוישן א גאנצער ציבור'ס וועג פון טראכטן, און דאס איז ווייט נישט קיין גרינגע זאך. פארט קען עס געשען, אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אמאל געווען די סטיגמע אזוי שטארק ווי ביי אונז און צוביסלעך האט זיך דאס געטוישט. די וועג דערצו איז לכאורה דאס וואס געשעט סיי ווי, מער און מער אויסגאבעס שרייבן דערוועגן, און ווי מער אינפארמאציע מען האט אויף א נושא, וויפיל מער פרטים מען ווייסט, אלס ווייניגער שרעקעדיג איז עס און אלס ווייניגער איז די בושה.

פארט האט אונזער היימישער עולם, א טייט קניט קאמיוניטי, סיבות צו זיין מער רעזערווירט ווען עס איז דא אזא פאל, הויפטזעכטליך צוליב שידוכים, ווייל אין פאקט זעהט מען געוויסע סארט פראבלעמען זענען מער שכיח אין א משפחה וואס האט שוין א מיטגליד מיט די סארט אישו'ס. אבער עדיוקעישאן העלפט אויף דעם אויך, אויב זאל דער ברייטער ציבור וויסן צו פונאנדערטיילן צווישן די פארשידנארטיגע סארטן פראבלעמען, וועלכע עס איז מער א גענעטישער פראבלעם און וואס איז א פרטיות'דיגער אינדיווידועלע פאל וואס זאגט גארנישט אויף די ברייטע פאמיליע.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע:כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

זייער גוט ארויסגעברענגט @פראגרעמינג.

כ'וועל פראבירן אביסל אויסצוברייטערן דאס וואס דו זאגסט. עס איז דא א געוויסע בליק ביי אסאך מענטשן וועלכע זענען ב"ה נישט געפריווט געווארן מיט פסיכישע שוועריגקייט, אז דער ליידענדער איז זיך אליינס שולדיג. און\אדער קען זיך אליינס העלפן. "וואס מאכסט דיך נאריש, נעם דיר אין די הענט אריין" וכדומה.

און באמת קען מען דאס פארשטיין אויך. ווייל נישט ווי ביי א פיזישע פראבלעם ל"ע וואס עס איז קלאר אז עפעס איז נישט בסדר אויסער דעם קאנטראל פונעם מענטש, איז עס ביי אזוינע פראבלעם אוממערקבאר.

ממילא וואלט געווען פאסיג צו פאוקעסן אן ערנסטע עדיוקעישאן אויף דעם חלק פון דער נושא.

-----

בנוגע דער חלק פון שידוכים, פארשטיי איך נישט פארוואס א איד זאל מער מורא האבן פון גענעטישע פראבלעמען ווי א נישט איד. ברייטער אביסל אויס דיין כוונה דערביי.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מענטל העלט סטיגמע ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וואס דו רעדסט פון איז א אנדערע נושא, לאמיר עס אנרופן "סאפט מענטאל" פראבלעמען, וואס רוב מאל וועלן די ארומיגע בכלל נישט וויסן דערפון, און אויב יא וועלן זיי עס נישט באגרייפן, ווי דו שרייבסט. אויף דעם פעלט אויס עדיוקעישאן צו פארשטיין די בעיסיק'ס וויאזוי דער מוח ארבעט, די קעמיקל אומבאלאנס וואס איז גורם הארמאנעל טשעינזשעס, און ווי אויך - און צו רעדוצירן די סטיגמע: בעיקר - אז דאס איז ווייט כרחוק מזרח ממערב פון ערנסטע מענטאל קעיסעס וועלכע ווערן צומאל אדמיטעד אין א סייק ווארד, פונקט ווי ביי פיזישע קרענק, קאראנע האט נישט מיט יענע מעשה, איז דאס זעלבע דא פיל מיט גייסטישע אישו'ס וואס לא קרב זה אל זה.

איך רעד בעיקר פון ערנסטערע קעיסעס, אבער אפילו דאס אויב פארשטייט מען וואס ווען ווי און מען גייט צו דערצו אזוי ווי צו א פיזישע קרענק אנשטאט אפסטעמפלען דעם ליידנדן ווי דער שטאט'ס משוגע'נער שאין לו תרופה עולמית וואלט דאס אסאך אויסגעמאכט.

לגבי שידוכים, ביי אונז איז דער עיקר פאקוס פון יעדן שידוך ביי די 18 (אדער 15...) יאר אויף די קינדער געבענטשטע פאמיליע וואס מען גייט בעז"ה אויפשטעלן, און אויב עס איז דא א חשש אויף פראבלעמען אין דעם הינזיכט איז דאס א גרויסע רעד פלעג וואס שטעלט אלעס אפ. אין די אלגעמיינע וועלט אבער גייט דאס פארקערט, מען קומט אן צו די שלב פון אויפשטעלן א פאמיליע מיט 2 קינדער לאנג נאכן האבן א ווייב, און אנדערע פאקטארן דעצידירן די באשלוסן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”