בקיצור: שתים שהן ארבע בפנים פאר דער בעל הבית וואס שטייט אינדעווייניג איז צוויי דאורייתא 1) הכנסה כשיש עקירה והנחה דהיינו (כשעוקר מידו של עני והכניס) 2) הוצאה כשיש עקירה והנחה כשעוקר מרשותו והניח ברשותו של עני העומד מבחוץ. און צוויי מדרבנן, 3) הוצאה ע"י עקירה בלבד (הוצאה ע"י הנחה לא שייך בבעל הבית) 4) הכנסה ע"י הנחה בלבד (הכנסה לרשותו ע"י עקירה לא שייך) וכן להיפוך בעני.
חצי תשובה... אפשר וועליך שפעטער שרייבן נאך, מער באריכות
1) מבפנים אדער מבחוץ 2) הוצאה אדער הכנסה 3) גאנצע מלאכה אדער האלבע מלאכה 4) מבט העני אדער מבט הבעה״ב
יעדער פון די נקודות איז דא צוויי מעגליכקייטען, מילא קומט אויס אז סך הכל איז דא 2 מאל 2 מאל 2 מאל 2 מעגליכקייטען, סך הכל 16 מעגליכקייטען
יעצט לאמיר צונעמען די משנה
פשט העני את ידו לפנים ונתן לתוך ידו של בעה״ב: האבן מיר דא צוויי ציורים 1)מבט העני - עני האט מכניס געווען מבחוץ מיט עקירה און הנחה (חיוב דאורייתא) 2)מבט הבעה״ב - בעה״ב האט מכניס געווען מבחוץ אן קיין עקירה און אן קיין הנחה (מותר)
או שנטל [העני] מתוכה [יד הבעה״ב]: נאך 2 ציורים 3) מבט העני - הוצאה מבחוץ מיט עקירה און הנחה (חיוב דאורייתא) 4) מבט הבעה״ב - הוצאה מבחוץ אן עקירה און אן קיין הנחה (מותר)
פשט בעה״ב את ידו לחוץ ונתן לתוך ידו של עני: נאך 2 ציורים 5) מבט העני - הוצאה מבפנים בלי עקירה והנחה (מותר) 6) מבט הבעה״ב - הוצאה מבפנים עם עקירה והנחה (חיוב דאורייתא)
או שנטל [בעה״ב] מתוכה [יד העני]: נאך 2 ציורים 7) מבט העני - הכנסה מבפנים בלי עקירה והנחה (מותר) 8) מבט הבעה״ב - הכנסה מבפנים עם עקירה והנחה (חיוב דאורייתא)
פשט העני את ידו לפנים, ונטל בעה״ב מתוכה: 9) מבט העני - הכנסה מבחוץ עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן) 10) מבט הבעה״ב - הכנסה מבחוץ עם הנחה בלי עקירה (איסור דרבנן)
או שנתן [הבעה״ב] לתוכה [יד העני ברה״י]: 11) מבט העני - הוצאה מבחוץ עם הנחה בלי עקירה (איסור דרבנן) 12) מבט הבעה״ב - הוצאה מבחוץ עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן)
פשט בעה״ב ידו לחוץ ונטל העני מתוכה: 13) מבט העני - הוצאה מבפנים עם הנחה בלי עקירה (איסור דרבנן) 14) מבט הבעה״ב - הוצאה מבפנים עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן)
או שנתן [העני] לתוכה [יד בעה״ב ברה״ר]: 15) מבט העני - הכנסה מבפנים עם עקירה בלי הנחה (איסור דרבנן) 16) מבט הבעה״ב - הכנסה מבפנים בלי עקירה עם הנחה (איסור דרבנן)
סך הכל 4 דאורייתא (1,3,6,8), 8 דרבנן (9-16), און 4 מותר (2,4,5,7)
סך הכל 8 מבפנים (5-8 און 13-16), 8 מבחוץ (1-4 און 9-12)
שמן זית האט געשריבן:
שתים שהן ארבע פארוואס איז עס 22 דארייתא בפנים - די בעה"ב 1 די בעה"ב שטעקט ארויס די הענט און לייגט אריין און די הענט פון די עני 2 די בעה"ב נעמט פון די עני און ברענגט עס אריין און זיין רשות (געמאכט עקירה והנחה)
פארוואס איז עס פיר2 דרבנים פאר די בעה"ב 1 די בעה"ב שטעקט ארויס די הענט און די עני נעמט ארויס 2 די עני שטעקט אריין א ליידיגע הענט און די בעה"ב לייגט אריין (ער האט געמאכט נאר עקירה)
פארוואס איז עס עכט 8די זעלבע פיר בחוץ - די עני צוויי דארייתא 1 די עני שטעקט אריין די הענט און לייגט אריין און די הענט פון די בעה"ב 2 די עני שטעקט אריין די הענט און נעמט ארויס פון די בעה"ב און 2 דרבנן 1 די עני שטעקט אריין די הענט און די בעה"ב נעמט ארויס 2 די בעה"ב שטעקט ארויס א ליידיגע הענט און די עני לייגט אריין
און פארוואס איז עס 12די פיר דרבנן (2 בעה"ב און 2 די עני) איז נאר א האלבע מעשה די עקירה חלק ביי יעדע מעשה איז דא די צווייטער וואס טוט די הנחה חלק ביי די בעה"ב קומט צו די צוויי וואס איז פריער אויסגערעכענט אלטס דרבנן ביי עני און די עני קומט צו די צוויי די הנחה חלק פון די מעשה וואס איז פריער געשטאנען ביי די דרבנן מעשות פון די בעה"ב למעשה ענפערט די גמ' אז די משנה רעכנט נאר עקירות ווייל מ'קען צו קומען צו א דארייתא אויב מאכט ער אויך הנחה משא"כ ביי די הנחות איז שוין די צווייטע האלב מעשה
האסט אויס געלאזט פארוואס 16 (גמ עמוד ב)די 4 דארייתא'דיגע מעשות (2 בעה"ב 2 עני) איז אויך די אנדער עכ'פ אביסל אינוואלוד (נמשל נעם די ערשטס מעשה פון די משנה 'די עני שעקט אריין די הענט און לייגט אריין און די בעה"ב-איז די עני חייב דארייתא' אבער למעשה איז די בעה"ב אויך אינוואלוד) אויף דעם ענפערט די גמ' אז מעשות וואס איז אינגאנצען מותר רעכנט מען נישט