איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ווען עס קומט צו שכר לימוד בין איך מיך נוהג צו באצאלן ווי א טאטעלע, עס שטייט כל מזונותיו קצובין מר"ה חוץ מהוצאת בניו לתלמוד תורה, קעמפ ווייס איך נישט צו עס גייט אריין אין דעם כלל.

נפקא מינא אויב איך זאל אראפהאנדלען די פרייז.

שטייט ערגעץ עפעס דערוועגן אין ספרים?

(די נושא האט נישט מיט די כלכליות'דיגע ארגומענט איבער יא קעמפ נישט קעמפ.)
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

הקדמה, אין חדר איז אויך דא פרישטאג און מיטאג, און אזוי אויך פרייע צייט. דאס איז אלעס ווייל דאס גיבט כח און פרישט אויף דעם מח איז דאס א חלק פון די זאך.

לויט דעם ווענט זיך טאקע וויאזוי דער קעמפ איז אוועקגעשטעלט די סדר היום וכו' וואס איז די עיקר ציל פונעם קעמפ.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 16083
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אויב האסטו די מעגליכקייט צו באצאלן ווי א טאטעלע שכר לימוד, דאן פארוואס זאלסטו נישט באצאלען פאר קעמפ די פילע פרייז
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הרב_שלום האט געשריבן: אויב האסטו די מעגליכקייט צו באצאלן ווי א טאטעלע שכר לימוד, דאן פארוואס זאלסטו נישט באצאלען פאר קעמפ די פילע פרייז

וואס פארשטייסטו נישט? שכר לימוד שטייט ארויס אז עס נישט קצובין, איך טייל דעם אייבערשטענס'ס געלט, אבער קעמפ אויב ווערט עס אראפגערעכנט פון מיינע מזונות וויל איך שפארן.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שכר לימוד מיינט אויכעט טראנספארטאציע,אדער נאר וואס מען צאלט פארן לערנען, ד"מ די טאטע קען אליינס ברענגען דעם קינד און חדר יעדן טאג, דאס וואס מצאלט טראסנפארטאציע איז נישט פארן לערנען נאר גרינגער צו מאכען דעם טאטען.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

דממה דקה האט געשריבן: שטייט ערגעץ עפעס דערוועגן אין ספרים?

מסתמא! דאכט זיך גאר אז די גמרא רעדט דערפון ערגעץ...:roll:
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אקעי, נעקסטע שאלה, וואס טוט זיך מיט צאלן פאר קעמפ פון מעשר געלט?
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: שכר לימוד מיינט אויכעט טראנספארטאציע,אדער נאר וואס מען צאלט פארן לערנען, ד"מ די טאטע קען אליינס ברענגען דעם קינד און חדר יעדן טאג, דאס וואס מצאלט טראסנפארטאציע איז נישט פארן לערנען נאר גרינגער צו מאכען דעם טאטען.

יא, לכאורה בערך $100 וואס גייט פאר די מלמד ווערט גערעכנט פאר בניו לת"ת
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

דממה דקה האט געשריבן: אקעי, נעקסטע שאלה, וואס טוט זיך מיט צאלן פאר קעמפ פון מעשר געלט?

די ערשטע שאלה איז שוין פערענטפערט?
אויב יא ביטע צייכן אן א קלארע מקור ווי ס'שטייט אז ס'ווערט פאררעכנט אלס הוצאות בניו לת"ת.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איש חמודות האט געשריבן:

ניין, די ערשטע איז נישט פארענטפערט בכלל.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4494
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דממה דקה האט געשריבן: אקעי, נעקסטע שאלה, וואס טוט זיך מיט צאלן פאר קעמפ פון מעשר געלט?

פאר מיידלעך איז זיכער אז מען מעג באצאלן פין מעשר, ריכטיג?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

Haklal האט געשריבן: פאר מיידלעך איז זיכער אז מען מעג באצאלן פין מעשר, ריכטיג?

זיכער?
פארוואס עפעס??? מ'מעג צאלן פון מעשר פאר אייזקרים? פאר ארטס און קרעפטס? פאר טריפס? אקטיוועטיס? געימס? וכו' וכו' וכו'
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36757
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בכלל איז נישט קיין ענין צו אויסנוצן די מעשר פאר נאענטע, פארהאן א שארף לשון דערויף אין חז"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20471
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

farshlufen האט געשריבן: בכלל איז נישט קיין ענין צו אויסנוצן די מעשר פאר נאענטע, פארהאן א שארף לשון דערויף אין חז"ל.

וואס איז די לשון חז"ל, שטייט דוקא לגבי מעשר? ווייל סתם צדקה איז קרובים וויכטיגער און חשוב'ער ווי פרעמדע
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

farshlufen האט געשריבן: בכלל איז נישט קיין ענין צו אויסנוצן די מעשר פאר נאענטע, פארהאן א שארף לשון דערויף אין חז"ל.

רעדסט פון יארוד אדער עפעס אנדערש?
א געשפעט האב איך
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וואו קומסטו אן צו קעמפ? איז א "מוסד" בכלל הוצאת בניו לת"ת?

אראפ האנדלען צו ווייניגער ווי די ריכטיגע קאסט פרייז און אנשטאט דארף זיך דער מוסד מוטשען צו פאנדרעיזן פון צדקות און נגידים (לאפוקי פון שטאטישע געלטער וואס דער מוסד באקומט פון די רעגירונג פאר דיינעטוועגן) איז סתם אזוי נישט עטיש און נישט מענטשליך.

לגבי מעשר, די איידיע איז א מענטש זאל זיך נישט פטר'ען זיינע חיובים וואס ער מוז סייווי צאלן, דורך עס קאמבינירן מיט הפרשות וואס ער מוז סיי ווי מפריש זיין. ווען איינער נעמט אבער מעשר כספים און קען זיך עס נישט עכט ערלויבן (אדער ער וויל סתם אזוי עס נישט טון און האט עס נישט געהאט מקבל געווען בעפאר בתורת חיוב גמור), און ער נוצט דאס צו באצאלן זיינע רוחניות'דיגע הוצאות און מצוות, און די שאלה בלייבט צי ער זאל אויפגעבן איינע פון די 2 (די מצוה אדער די מעשר), איז אוודאי בעסער די אפציע ווי בכלל נישט מפריש זיין אדער עס יא מפריש זיין און נוצן פאר געווענליכע אויסגאבן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4494
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

למעשה קען איינער אריינקומען קלאר וועגן קעמפ?
@פארשלאפן וואס איז די מאמר חזל
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איש חמודות האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן: שטייט ערגעץ עפעס דערוועגן אין ספרים?

מסתמא! דאכט זיך גאר אז די גמרא רעדט דערפון ערגעץ...:roll:

קוקט אויס ווי איר זעט נישט די נייע ספרים וואס קומען כסדר ארויס. מאכט פערפעקט סענס אז איינער האט שוין דן געווען אין דעם שאלה, אויב נישט קעמפ ספעציפיש, כאטש איבער די אלע זייטיגע הוצאות פון חדר.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: בכלל איז נישט קיין ענין צו אויסנוצן די מעשר פאר נאענטע, פארהאן א שארף לשון דערויף אין חז"ל.

וואס איז די לשון חז"ל, שטייט דוקא לגבי מעשר? ווייל סתם צדקה איז קרובים וויכטיגער און חשוב'ער ווי פרעמדע

אויב מען גיבט פאר א טאטע שטייט תבא מארה, אבער פאר אנדערע קרובים עניים איז פארקערט. און אפי' סיי א טאטע נעמען די פוסקים אן אז דאס איז נישט פשוט.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Programming האט געשריבן: וואו קומסטו אן צו קעמפ? איז א "מוסד" בכלל הוצאת בניו לת"ת?

אראפ האנדלען צו ווייניגער ווי די ריכטיגע קאסט פרייז און אנשטאט דארף זיך דער מוסד מוטשען צו פאנדרעיזן פון צדקות און נגידים (לאפוקי פון שטאטישע געלטער וואס דער מוסד באקומט פון די רעגירונג פאר דיינעטוועגן) איז סתם אזוי נישט עטיש און נישט מענטשליך.

האב מיר דאך נישט געוואלט מאכן א שמועס דא איבער די קארופציע פון מוסדות.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

דמי לבידקא דמיא, די זאכן טרעפן אלעמאל א וועג אריין...
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך פארשטיי נישט פארוואס דו רופסט עס קארופציע, דער ציבור וויל און איז צוגעוואוינט צו מאדערנע היינט צייטיגע מוסדות וועלכע שטעלן צו אלע געברויכן ארום און ארום, אויסער דעם מלמד אליין. און אז מען באקומט א סערוויס ברויך מען דערפאר באצאלן,

די שאלה איז נאר צי די אלע סערוויסעס גייען אריין בגדר הוצאת בניו לת"ת, מסתבר אז געוויסע חלקים יא, צ.ב.ש. רענט / מארטגעזש און מעינטענענס וואס עס קאסט אפ אויפצוהאלטן די קלאס צימער איז לכאורה בכלל, אזוי אויך טראנספארטאציע קאסטן און א באהעלפער (באס רבי וכדו').
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נאכן צאלן די פעטע 5-סטאר האטעל פרייזן, נישט מעשר געלט, האב איך געהאט די זכיה נעכטן צו זעהן די גרויליגע קעמפס, די באנק האט געשטינקען, אינמיטן איז געווען א פאדל וואסער, דאס איז די ערשטע טאג, א רחמנות אויף די קינדער.

דערנאך קימט די באקאנטע קשיא, אויב די מלמדים ווערן באצאלט פון תלמוד-תורה אפיס, די עסן גיבט די שטאט, וואשן וועש טשארדשט מען עקסטער, טרענספארטעישן עקסטער, אקטיוועטיס עקסטער, סא פאר וואס גייט די 2000 דאלער וואס קעמפ-אפיס נעמט?

ווי לה לחסרון כיס
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: איז קעמפ אין כלל פון הוצאת בניו לתלמוד תורה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

Programming האט געשריבן: אראפ האנדלען צו ווייניגער ווי די ריכטיגע קאסט פרייז

וואס דאס איז... ?
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”