ארץ ישראל - וואו גייט מען?
לעצטנס זענען געווען דא עטליכע אשכולות, וואו מאנכע האבן אויפגעברענגט זייערע זכרונות אין ירושלים, די איינוואוינער, די שבתים און די מיטלעבענישן פון זייערע צייטן אין ישיבה. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט, און מיר האפן נאך צו הערן מער פון די וואס האבן מיטגעלעבט עטליכע יאר אין ארץ-ישראל.
אצינד גרייט איך זיך אויף א נסיעה קיין ארץ-ישראל. אבער דאס מאל איז מיין ציל נישט ארומצופארן מקומות הק' און פלעצער וכו', נאר פשוט מיטלעבן ירושלים עיר הקודש. זיצן דארט עטליכע וואכן און מיטהאלטן.
וויל איך דא עפענען דעם נושא: וואס טאר מען נישט אויסלאזן? - וועלכע סארט פיגורן איז וויכטיג צו טרעפן, און וועלכע פלעצער טאר מען נישט אויסלאזן און מען מוז באזוכן אין ירושלים? - איך ווייס אז ס'איז דא באהאלטענע וואונקלען אין ירושלים, קלענערע חבורות פון עובדי ה', צומאל טשיקאווע און מאדנע, צומאל נישט אויף אונזער דרך, זאכן וואס זענען נישט מפורסם לעיני כל, אבער פארט אינטערעסאנט צו באזוכן. ס'איז דא אינטערעסאנטע בתי מדרשים, אינטערעסאנטע פלעצער וואס איז נישט אויפן אויבערפלאך. אינטערעסאנטע מענטשן.
אדרבה, עפנט דעם שמועס, לאמיר צונעמען דעם ענין. וואו קען איך גיין און מיטהאלטן זאכן וואס ס'זאל זיין צום געדענקען.

דרוקט דא
זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך
.