זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרב טייטעלבוים
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:19 am

זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב טייטעלבוים »

[דיסקלעמער היות ווי איך שרייב א פריוואטע זאך פון מיין לעבען און איך וויל נישט עס זאל קומען צו גילוי ח"ו, האב איך געפענט א נייע ניק, אז קיינער זאל נישט וויסען ווער עס האט דאס געשריבען.....]

דער עולם איז דיסעפוינטעד! [נישט יעדער, רוב עולם ב"ה נישט אשריך ישראל, אבער א פאר געציילטע זענען יא, "גאנצע מעשה איבער געדרייט א שטאט, ווילסט געלט בעט און שוין"]...

איך האב געמיינט...ס'גייט זיין א לייק קנעפל, און ס'נישטא... רחמנא ישמרינו! געוואלד!

איך האב געמיינט...אז אייוועלט גייט זיך אפשפארן און... ס'איז געהעריג אפן...

איך האב געמיינט...אז אייוועלט גייט גיין צו אן אינוועסטאר, און... גארנישט? אלעס בלייבט ביים אלטן?

אקעי, איך מיין איר ווייסט וואס איך גיי יעצט זאגן: וויכי איז ארויס פון אלע גבולים, ער האט פאררופן א מאסן גענעראל פארזאמלונג, אן אסיפת הניקס לטוהר המחנה, א מעמד איום ונורא, וואס הינטער די קוליסן גרייט ער זיך שוין דערצו 10 יאר בלא בלא בלא... ס'טוט זיך שמועות מיט רומערס, ער האט אויפגעוועקט אלע טויטע... אפי' זיין ברודער צייטי, און גרויזאמער געוועקט דארט אינעם מאלי'ער תפיסה... מ'האט געמיינט ס'קומט עפעס ערנסט אויף איי-וועלט..... און גארנישט! ג-א-ר-נ-י-ש-ט!

ריעלי דיסעפוינטעד, שרעקליך, איך מיין מ'זאל ארויסגיין אין א כעס אטאקע, זיין ברוגז אויף די גאנצע וועלט.




איך רעד נישטפון די דיסעפוינטמענטס די ערשטע יאר נאך די חתונה, ווען ס'האט זיך פארצויגן, און שעמעדיגערהייט האט מען צוגעווארט ביז א קרוב האט חתונה געמאכט אין אן אנדערע שטאט, במקום שאין מכירים, און ביי די חופה איז מען געלאפן און א פארמאסי.... און רויטערהייט געקויפט א טעסט....

ויהי ממחרת ....

מ'איז געווען דיסעפונטעד? ניין, מ'גייט אן ווייטער..


איך רעד נישטפון נאכ'ן זיך אפערירן [מיט שווערע נאכווייען]... ס'איז דורך נאך א יאר און..... גארנישט!

דיסעפוינטעד? ניין, מ'וועט טוען ווייטער השתדלות..


איך רעד נישטפון טייער באצאלטע פראצעדורן (ודי), וואס מהאט אריין געבאכעט א 30 אלפים [נישט די גאנצע, בוני עולם צאלט א חלק], דאס ווייבל האט זיך צוזאמען געשטאכען מיט אלע שטעכערייען, די פרידזשידער אינדערהיים קוקט אויס ווי א פארמאסי....איבער פופציג מאל, אדער בעסער קרוב צו הונדערט מאל, האט זיך די בני בית געשטאכן פאר דעם אין איר איידעלן קערפער.... און געשפירט ווי איך וויל נישט זאגן וואס....

און צום סוף "דא טא קאוויד האט זיך דער סענטער צוגעמאכט..."

זי בלייבט מיט די יסורים אדירים וואס איך קען נישט אריין גיין מחמת תקנות המקום ודי... און די רעסט איז... גארנישט!

ניין! כ'בין נישט דיסעפונטעד, מ'גייט פרובירן נאכאמאל.


און ווען מהאט יא מצליח געווען, און נאך אלע עגמת נפש און שטעכערייען האט מען געמאכט ב"ה א סייקל, מ'זיצט אינדערהיים אויף שפילקעס – וואס שפילקעס? מעסערס! - און מען ווארט אויפן טעלעפאן קאל פונעם דאקטאר.... און א ראבאקאלער רופט אריין [אופס, ניין, דאס איז נישט א חלק פון די מעשה].... און... ס'איז א ניין!

ניין! מ'גייט נישט אויפהערן, טראץ וואס די בני בית האלט מער נישט אויס די טריעטמענטס און זי וויל סטאפען... גייט מען נישט אויפהערן. מ'טוט נאכאמאל און נאכאמאל.

נאכאמאל און ווידעראמאל האט די נוירס אנגערופן דערציילן די בשורה אז זי פילט זיך זייער שלעכט דאס צו זאגן, אבער אויך דאס מאל איז די פראצעדור נישט געלונגען....

באשעפער העלף אונז שוין!!!

אבער מיר זענען נישט דיסעפוינטעד ווייל עס העלפט נישט, מ'וועט אנגיין ווייטער.

----

אבער מיין חבר!!!

ווען מ'האט צוזאמען געברענגט די גרעסטע מומחים פון עטליכע מדינות, און זיי האבען אים אהיים געשיקט....

ווען זיי האבן אלע געזאגט אפן און גראב: " דו האסט נישט קיין האפענונג, פארגעט אבאוט איט!"

דיסעפוינטעד, הא???

און דער אינגערמאן דרייט זיך ארום און פרובירט צו זיין פרייליך, ווי כאילו ס'איז שוין מארגן אין אמעריקע....

אבער אויף אזויפיל ווען זיינע חברים, און ער אליינס, קומען ארויס מיט א רוף, ביטע גוט מיר נאך א טשאנס, לאז אים נישט זיין דיסעפוינטעד אין דיר.

[align=center] דאס איז אונזער בלאט, גיבט ווי אימער אבער גיבט גרויסע סכומים מיר זאלען נישט זיין אנטוישט.
https://www.charidy.com/ivelt/HTE
[/align]
לעצט פארראכטן דורך הרב טייטעלבוים אום מאנטאג יוני 28, 2021 2:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

עיני עיני ירדה מים!!!!

איך וויין מיט דיר!!

מיר גייען ענק אלע העלפן. איין מקוה, צענדליגער ישועות.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הייליגע באשעפער! נאכאמאל טרערן און נאכאמאל טרערן! אבינו אב הרחמן, העלף דיינע קינדער, געב זיי לעכטיגע אידישע דורות מיט געזונט און הרחבת הדעת.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
א פינטעלע איד
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:23 am

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פינטעלע איד »

הייליגער באשפער וויאזוי קען מען דאס אויסהאלטן????
עיני נגרה ולא תדמה מאין הפוגות
טאטע העלף שוין דיינע אידישע קינדערליך פון די גרויסע צער וואס מ'קען בכלל נישט משיג זיין
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

און איך האב געמיינט אז מיין אויגן קוואל אישוין טרוקן.

ריבונו של עולם, באלייכט שוין די אידישע שטובער!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זייער ווארעמע ווערטער רב טייטעלבוים דער רב הצעיר.

דאס איז אונזער בלאט עמו אנכי בצרה
לעצט פארראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום מאנטאג יוני 28, 2021 10:33 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מיר האפן מארגן, צו צוביסלעך אראפ נעמען דעם אנטוישונג.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מאטראץ
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:49 am

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטראץ »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: זייער ווארעמע ווערטער רב טייטעלבוים דער רב הצעיר.


א פלא צו זעהן צוויי טייטעלבוים'ס פארטראגען זיך,

אהההה מ'רעדט דאך פון געלט שטימט שוין אלעס
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

wow wow wow נישטא וואס צוצולייגן...

















א חוץ געלט.. אי''ה.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

:o
שוידערלעך גוט אויפגעשאקלט מיין הארץ.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

https://www.charidy.com/ivelt/EUB
ווער עס וויל זיך משתתף זיין ביי די לינק פון המצפים לישועה
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Wow wow
Speachless
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מאטראץ האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: זייער ווארעמע ווערטער רב טייטעלבוים דער רב הצעיר.


א פלא צו זעהן צוויי טייטעלבוים'ס פארטראגען זיך,

אהההה מ'רעדט דאך פון געלט שטימט שוין אלעס

העי מאדראץ סקומט מיט א ט' ווי טייטעלבוים.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: :o
שוידערלעך גוט אויפגעשאקלט מיין הארץ.

מוז זיין האסט א אידישע הארץ.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

צום פוינט!

פי. די. עף. ביטע.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יוש איי קענט, דער אייבערשטער זאל העלפן אין זכות וואס די העלפסט מחר'ן זאלסטו נישט קענען גיין צו די וואכנאכט, וויבאלד גייסט האלטן אינמיטן די וואכנאכט פון דיין שעפעלע!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

WOW גוט ארויבגעברעגנט!
אוועטאר
הרב טייטעלבוים
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:19 am

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב טייטעלבוים »

לאז אים נישט זיין דיסעפוינטעד אין דיר.

[align=center] דאס איז אונזער בלאט, גיבט ווי אימער אבער גיבט גרויסע סכומים מיר זאלען נישט זיין אנטוישט.
https://www.charidy.com/ivelt/HTE
[/align]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: זענט איר אנטוישט?!! איך אויך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

דער עולם לאזט נישט קיין תגבות.

כאטש זאל מען לאזען געלט..
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”