ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.
ריפרעש.
ריפרעש.
ריפרעש.
ריפרעש.
קוק וואס דא טוט זיך......!
א נייע אייוועלט!
איין מינוט, די בלעטער זענען עפעס צו טונקל...
אה! דא האסטו.
אקעי. וואס יעצט?
דאס איז עפעס אומערווארטעט...
יאפ, וויכי ס'האט זיך געלוינט די ארבעט.
קוק! די תגובות פליסן איינס נאכן צווייטן, די פינגערס טוען נישט וויי פון ריפרעשן כסדר. די קאפ וורט נישט צודרייט פון דרייען די מייזל...
איין מינוט! מען קען אפילו מישען די בלעטער מיט עראו אויפן קיבארד.
אקעי. לאמיר אריינלאגן און אנהייבן שרייבן.
צוערשט לאמיר ווערעפייען מיטן דאבל סעקיוריטי אפשאון.
פיין, אריין די איינמאליגע זיכערהייט קאוד.
אדורך...
ב"ה.
קוים צוויי טעג פאריבער.
היידא! לאמיר שרייבן א נאך א תגובה'לע.
נא, זאל זיין... א כפרה די פאר דאללער. דאס איז ווערד אלע געלטער.
א רגע איך מוז לויפן. א נאטאפעקאציע... וואס דאס?
לאמיר אהינגיין...
אוי זאגט ער גוט! לאמיר אים גיבן א גרינע...!
וואס גרינע? ווען גרינע? אלע מינים, אלע סארטן. שמייכלען, לאכן, וויינען, פויסטן און גרימאסן.
דארף מען שוין עפעס צושרייבן אויכעט.
אאאפס...
סטיטשינער שרייבט יעצט..."
אקעי, וועל איך קודם ווארטן זען וואס די חברה האבן צו זאגן.
נא, יעצט קען מען שרייבן. וואס טוט זיך דא? אלע פאנטס, אלע קאלירס, אלע סימבאלס, דאס איז דאך נעקסט לעוועל.
שיק.
שוין לאנג נישט געשריבן עפעס אין פארברענגען. לאמיר זאגן א גוטס...
פון פארברענגען קען מען זיך נישט ארויסדרייען די חברה האבן געמאכט די זשאב.
קוק נאר אן, עקסלוסיוו אין פארברענגען, דער עולם רופט זיך ווארעם:
יאפ, עס האט זיך גע -----
"אנטשולדיגט!!!"
"שלאפן וועסטו אין ביהמ"ד! אייל דיך צו, ס'נאך דא א לאנגע רייע...."
אויש! איך בין איינגעשלאפן דא אין קיאסק.... בושות...
"נאר איין מינוט, איך דארף ענדיגן דא עפעס וויכטיג ערלעדיגן"...
ריפרעש.
די זעלבע אלטע אייוועלט.
די חברה האבן מיר סתם גענומען אויף א רייד...
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.