די מיליאן דאלערדיגע פראגע - וואו גייט מען חוה’’מ האלטן??

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

די מיליאן דאלערדיגע פראגע - וואו גייט מען חוה’’מ האלטן??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בררר... בררר... ס'איז מוצאי יום טוב ביים שווער אין שטוב, זלמן לייבעלע איז געווען דארטן די ערשטע טעג יום טוב, ווען פלוצלינג שפירט ער א דריזל אין זיין בוזעם טאש, א שנעלע בליק און ער זעהט א טעקסט מעסעדזש פון זיין ב"ב.

''Please come out side, I have something important to tell you''

זיין וואונדער און נייגער שטייגט ביינעזאם נישט וואוסענדיג וואס צו ערווארטן, אומבאמערקט שלייכט ער זיך שטילערהייט ארויס צו די פראנט פארטש ווי זיין ב"ב ווארט שוין אויף אים, ער קוקט איר אן מיט א פרעגענדיגע בליק, ווי צו זאגן - מה קרה - אז דו ברויכסט עפעס אזוי וויכטיג.

און דא איז געקומען די מיליאן דאלערדיגע פראגע.

וואו גייען "אונז" גיין חוה"מ האלטן??

ער זאגט שוין גארנישט... ער פארשטייט שוין אלעס... זיין קנויל נאגט אים, זיינע אויגעלעך גלאנצן אין די טונקעל, "אוי טאטע זיסער, זאג מיר וואס צו טוהן, וואס זאג איך איר, וויאזוי העלף איך איר??

שטומערהייט טענה'ט ער זיך אויס מיטן זיסן באשעפער, "וואס איז בכלל שייך צו זאגן פאר מיין ב"ב ווען זי דארף זיצן צוזאמען מיט אירע געשוויסטער און יעדער רעדט וואו מ'גייט גיין חוה"מ האלטן."

"אפשר וואלט איך געדארפט בלייבן אינדערהיים" - לויפט אים שטילערהייט דורך א געדאנק, ער וויל כמעט אויסשיסן.. - "פאריאר האב איך געמאכט דעי טעות, איך האב געפראוועט א סדר אליינס מיט מיין ווייב, אוי.. כ'קען נישט טראכטן דערפון."

די כוס של אליהו איז געווען פיל מיט טרערן אנשטאט מאסט!"

"די אפיקומן איז געבליבן אונטער מיין קושן, ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל עס גנב'נען! הלואי וואלט איך געקענט זיצן מיט א אייגן קינד און פארהאנדלען אויף א פרייז ווי גרויסע סוחרים!"

"קיינער.. קיינער איז נישט געקומען ביי ובכן ויהי בחצי הלילה זיצן אויף טאטי'ס היסב בעט!"

"הלואי וואלט איך געדארפט אויפהייבן א זיסע שעפעלע נאכן סדר און מיט א בריעדיגע קוש איר אריינלייגן אין בעט!"

"אויב מיינסטו אז מיר האבן געשריגן ביי ונצעק דאן האסטו א טעות.. קולי קולות האבן מיר געמאכט, אזאנע יללות, אזאנע בכיות, און...??"

"וואס ווילסטו מיין ליבער פאטער?? - האט ער כמעט געשריגן - כ'האב מיך פאריאר געשוואוירן אז אויף היי יאר וועל איך נישט איבערטוהן די טעות."

"און יעצט... וואס זאל איך ענטפערן פאר מיין ב"ב? די גאנצע פאמיליע יעדער פלאנט עפעס, יעדער גייט ערגעץ, יעדער דערציילט זייערע קינדערס פארלאנגען, אסתי'ס שלמה'לע וויל נאר גיין אין א זו, ברכי'ס קינדער דארפן די העכסטע ראולער קאוסטער פון צפון אמעריקא."

"קומטס צו מיר אין הארץ אריין מיינע זיסע נעפיו'ס - האט ער געפיבערט - "אזעלכע רוישיגע כוואליעס האט איר נאכנישט געזעהן, אזא ראולער קאוסטער ווי דאס ווי איך גיי דורך האט איר נאך קיינמאל געהאט."

"אבער יעדע ראולער קאוסטער קומט אמאל צו א אפשטעל... מיינס איז געבליבן טיף אין דער ערד.. דאס איז עס! נישטא ווי צו גיין ווייטער! ביז די 120 וועט עס אזוי בלייבן, הלואי ווען איך האב ווען א האמער זיך ארויסצוברעכן פון דא! ס'איז אבער נישטא" - זלמן לייבעלע פעיס די פעקט - האט עס אים געשלאגן אין פנים - דו ביסט קינדערלאז פאר לייף.

און יא יעדע חוה"מ גייט ער זיך ספראווענען און זיך מאטערן מיט די פיצי אומשולדיגע פראגע וואס שטעכט אזוי טיף.

וואו גייען אונז גיין חוה"מ האלטן???

זיינע גרימאסן האבן פארציילט די גייסטישע פיין וואס פלאקערט און זידט אין אים אן אויפהער, זיין ב"ב קוקט אים אן מיט פארטרעטע אויגן, אוי.. ווי גוט זי פארשטייט אים, הלואי ווען איך קען דיר ווען עפעס טוהן צו לינדערן ווייטאג - מיין טייערע מאן.

אבער די שטייפע מציאות לאזט נישט ווערן אריינגעשלעפט אין א חלום, ער שטייט זיי ביידע פאר די אויגן מיט א קאלט געזיכט - "ס'איז נישט דא פאר ענק א עצה".

"ווי גרויזאם איז די וועלט אין וואס מיר לעבן, זי האט די מעגליכקייט צו בייסן רייסן און פליקן גאנצע שטיקער פון די מענטש אן די מינדענסטע מעגליכקייט זיך צו באשיצן."

די טרערן רינען פריי, אבער ס'איז נישט דא ווער עס זאל עס אפווישן.

מ'קען נישט צו לאנג בלייבן שטיין דא אויפן טארעסע, מ'מוז אריינגיין און ווייטער זיצן מיט די ברודערס שוואגערס - שוועסטערס און שוועגערינס, די פינקעלדיגע שטערנס זענען עדות צו די אומבאמערקטע געשעהניש וואס האט זיך דא נארוואס אפגעשפילט.

די שאלה איז עדיין תלוי באויר, מיר האבן אבער די כח עס צו ענטשיידן.

וועט מחר'ל דארפן שלונגען זיין און זיין ווייבס טרערן יעדע חוה"מ? אדער גייען מיר זיי אינאיינעם אנטשיידן די שאלה דורכ'ן זיי שענקען למעלה מדרך הטבע זיסע קינדערליך.

איך מיין אז יעדער האט די ענטפער אליין.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: די מיליאן דאלערדיגע פראגע - וואו גייט מען חוה’’מ האלטן??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יש יש!
א געשפעט האב איך
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: די מיליאן דאלערדיגע פראגע - וואו גייט מען חוה’’מ האלטן??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פיינע ארטיקל!
אוועטאר
נ'יאפטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 3:16 pm

Re: די מיליאן דאלערדיגע פראגע - וואו גייט מען חוה’’מ האלטן??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ'יאפטשיק »

זייער גיט.
אבער די לצרה בשעתו, וואס פעלט אויס צו דערמאנען דעס.
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.

נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9564
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: די מיליאן דאלערדיגע פראגע - וואו גייט מען חוה’’מ האלטן??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אוי באשעפער! מ'קען צוגיין פון די שילדערונג
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”