אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.
זאכן געשעהען טיילמאל אומפארהאפט.
צום ביישפיל. טיילמאל קום אריין אין די ארבעט מיט גרויסע פלענער צו עררייכן אסאך דורכן טאג, אבער די וועטער, נייעס העדליין אדער מצב אין אפיס שעכט אפ דעם טאג און די הויפן פון פליכטן בלייבן אומגעלעזט ביז די נעקסטע געלעגנהייט.
זאכן געשעהען אבער טיילמאל ווי פאראויס געפלאנט.
צום ביישפיל. נעכטן, נאך איידערן באטרעטן דעם אפיס שוועל האב איך געוואוסט אז קיין מקום פאר זיעת אפך וועט היינט נישט זיין אוועילעבל, ווייל תחיית המתים פארנעמט היינט איר ארט.
ביז נעכטן האט מיין בראוזער רעאגירט צו א ch מיטן מציע זיין chase.com, אבער דאס האט זיך דורכאויס דעם קאמפיין געטוישט לטובה צו charidy.com!
ריפרעש... ריפרעש... ריפרעש...
ריפרעש אויף אייוועלט - פיר שפאגל נייע אשכולות געגרינדעט אין די לעצטע מינוטן זינט מיין פאריגן ctrl+r.
ריפרעש אין מיין קרעדיט קארד אקונט - עטליכע פרישע טשארדזשעס אפגעסווייפט פאר עפעס א מקוה קאמפיין.
ריפרעש אויף טשערידי.קאם - צענדליגע נדבות זענען אריינגעפאכעט געווארן זינט איך האב פריערט ריפרעשד.
די טירל פון מיין אפיס איז פארמאכט, נישטא קיין ליין וואס ווארט אונטער מיר, איך קען שלאפן און חלום'ן רואיגערהייט...
אויב איך וויל.
אבער איך וויל נישט! און איך קען נישט! נישטא קיין צייט פאר חלומות, און די מצב איז ווייט פון פארשלאפן. די שאקירנדע ציפערן פון אומגלויבליכע נדבות זענען נישט אין קיין טרוים, אבער ס'שטייגט באקוועם איבער דאס וואס די ארגאניזירער האבן געקענט טרוימען אויף אייוועלט.
ריפרעש... ריפרעש... ריפרעש...
יא! מיט יעדע ריפרעש באווייזט זיך נייע חידושים פון אייוועלט. די קאמפיין עראו איז געוואנדן אויף ארויף צום ציהל און יעדע ריפרעשט רוקט עס ווילדערהייט צום דירעקציע פון סוקסעס אויף א ראטע העכער ווי די ערלויבטע ספיד לימיט אין ניו יארק.
אשריכם ישראל!
מער ווי איין מאל האב איך שוין אריינגעבאמפט אין אנליין עדס וואס פארקויפן מיט א פעסטקייט אז מ'קען שארן ביליאנען טעגליך דורכן ארבעטן פאר זיי אנליין, פון די אייגענע הויז. עס ווערט גאראנטירט אז מיט יעדע קליק אויפן מייזל שטייגן דיינע נכסים אינסטענטלי.
איך, ווי יעדע היימישער וואס ליגט נעבעך אין די באקס, האב עס קיינמאל נישט געטראסט, איך בין זיכער געווען אז "פע... ס'איז א סקעם, איך שעם מיך אפילו אז מ'דארף אויסשמועסן אז ס'איז סתם א שווינדל".
אודה ולא אבוש! איך האב געלעבט אין א טעות! בעיני ראיתי נעכטן ווי יעדעס מאל איך האב געדריקט די F5 קנעפל האבן זיך די ציפערן געהויבן העכער און העכער! ס'איז נישט קיין סקעם!
אשריכם ישראל!
אידן האקטס אריין! ריפרעש... ריפרעש... ריפרעש...

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו