דער איד מיט זיין שבת ליד\פון מיין נאטיץ ביכעלע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פרייליכערהייט

דער איד מיט זיין שבת ליד\פון מיין נאטיץ ביכעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

א רוה אין א פרייד, פאר אונז יודעלעך,
דער שבת דער טאג פון אלע גלוסטעלעך,
די וואס איהר היטן און געדענקן, א גרויסע פרייד איז,
ווייל אויף די גאנצע וועלט באשאף זאגן זיי עדות,

אלע הימלען אין די ערד, מיט איהרע וואסערן,
די הימלישע מיליטער, און די העכסטע ספערן,
די וויזל טיר, דער מענטש,און די חיות אין זייער געצעלטן,
אלעס באשאפן האט ג-ט, דער שטערקסטער פון אלע וועלטן,

צו זיין ליבע פאלק האט ער באפוילן דעריבער,
היט דעם טאג פון אנהייב ביז זי גייט אריבער,
שבת די הייליגע די לעכטיגע, היט!
ווייל אויך איך האב אין דעם טאג גערוהט

דורך די שבת וועל איך דיף אויסלייזן פון אלע צרות,
רוף צו איהם אין דעם טאג! די הבטחה קלאר איז,
נשמת כל חי און נעריצך זאלסטו פאר איהם זינגן,
און דערנאך ביי די סעודה קענסטו שוין שפרונגען ,

מיט א געדאפלטע מאס ברויט , מיט אסאך וויין,
מיט אלע זיסקייטן, און א גוט געמיט זאלסטו זיין,
וועסטו זוכה זיין צו אלעם גוט אויף די וועלט דא,
און צוזאמען מיט משיח, לחיי עולם הבא,

[איבערגעטייטשט מיט רשות פון מנוחה ושמחה, ]!

א לעכטיגער שבת,
לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

יפה כתבת
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א פרייליכ'ס צו די אנפאנג וואך. יישר כחכם.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

למען הפונקטליכקייט פרייליכערהייט אוסיף כננס על גבי ענק, נוסח אחר בשני חרוזים הראשונים, ואם יהי' פנאי אסיים בל"נ
א רוה און א פרייד, פאר יודען א לייכטונג (או אן אבוקה)
דער טאג פון שבת, דער טאג פון גלוסטונג (או פון תשוקה)
די וואס אים היטען און געדענקען, עדות זאגן די לייט
אז צו זעקס טעג אלעס איז באשאפען און שטייט (או גרייט)

הימלען איבער הימלען, דער ערד און יעדער טייך
די גאנצע מיליטער פון אויבען, דערהויבען אין דער הייך
פיש און דעם מענטש, און חיות ווי דער וויזעל טיר גרויס
ווייל באשאפען די וועלטען האט השם, מיט י' און ה' בלויז

ער איז דער וואס צו זיין געליבט פאלק האט ער גערעט
היט דעם שבת צו הייליגען, פון ווען עס קומט ביז עס גייט ארויס שפעט
דער הייליגע שבת, פון גלוסטעניש דעם טאג
און אים האט ג-ט גערוט פון זיין ארבעט אן א פלאג

דורך די מצוה פון שבת, וועט די ג-ט ארויסציען פון פלאגען
שטיי אויף אים רופען, דיר צו שטארקן וועט ער יאגען
נשמת כל חי מיט א ברען, און אויך נעריצך
עס פרייליך ווייל באווילגיט האט ער דיך דאך
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

אהההההה!!!!!!!....
;l;p-גרעיט דשאב, טו טאמבס אפ
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”