גניבות ספרותית: מחברים המתלבשים בטליתם של אחרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

גניבות ספרותית: מחברים המתלבשים בטליתם של אחרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויף מיין חתונה איז הרב יצחק שטערענהעל ז"ל געקומען צו פארען פון באלטימאר. ער האט מיר געגעבען א מתנה, זיין ספר כוכבי יצחק, חלק ראשון.
אונעם פתיחה האט ער א מאמר מיטען טיטל 'האומר דבר בשם אמרו'
ער באשרייבט דארט וואס מען טרעפט מחברים וואס זענען זיך מתלבש בטליתו של אחרים, זיי שרייבען און דרוקען חיד"ת וואס זיי האבען גע'לקח'ענט פון אנדערע מחברים. א טייל פון די לקחנים וועלען עפעס ארום דרייען דער סגנון מרישא לסיפה, אדער טוישען עטליכע ווערטער, כדי עס זאל נישט ממש אויס זעהן אוויא דער אריגענעלער. רב שטערנהעל ז"ל שרייבט אז זיי זענען מקיים די רייד פונעם נביא 'וגם גנבו וגם כחשו וגם שמו בכליהם...'
ווייטער זענען דא מחברים וואס טוישען אפילו נישט דער לשון, נאר דרוקען יענעם'ס חידושי תורה אינטערען אייגענעם נאמען.

די מחברים וואס זענען נתפס און דער חטא, זענען נישט אלע גלייך.

עס זענען דא א זעלכע וואס האבען סתם א חשק צו זיין א מחבר פון א ספר. אבער דער חשק און רצון צו הארעווען און מחדש זיין חידושי תורה האבען זיי נישט. דער וועט נעמען דער גרינגער וועג. ער וועט דרוקען יענעם'ס מיט יענעם'ס לשון און גארנישט משנה זיין. אזעלכע מחברים ווערען אהגעריפען בשם 'גזלן מדאורייתא'

עס זענען דא נאך א סיג מחברים וואס זענען בעצם תלמודי חכמים און האבען די כשרונות צו מחדש זיין חידושים, אבער עז איז גרינגער נעמען יענעם'ס אויך. דער וועט איבער ארבעטען די געלקחנטע חידושים און זענען עס קונה 'בשינוי מעשה'. און די לומדישע וועלט ווערען דאס אהנגעריפען 'בישול מחדש' - (רב שטערנהעל ז"ל באמערקט אז די מחברים האלטען יש בישול אחר בישול בכל האיסורין, איז שוין מער נישט דא קיין חיוב פון 'לומר דבר בשם אמרו')

ער שרייבט וויטער, אז עס איז דא א כת שלישית. די זענען תלמידי חכמים וואס האבען נאך א ביסעל מורא פון זיך מתלבש זיין בטליתו של חבירו. איז וואס טוהן זיי? זיי וועלען שרייבען יענעם'ס חידוש מיט זייער אייגענעם לשון, און צום סוף וועט קומען א הערה: עי' בס' פלוני.
און מונקאטש און ישיבה, וויא רב שטערענהעל ז"ל האט געלערענט, האט מען גזאגט אויף א זאנעם אז ער איז 'דומה כאלו מעמידים את הגנב אצל הפתח...

דאס איז בתורת הקדמה.

ומה הביאני עד הלום?

זיצענדיג און בטל'ן צייט אויף היברו בוקס האב איך מיך אנגעשטויסען ממש און אזא פאל,

עס זענען דא צוויי ספרים אויף מקורי מנהגים

ספר מקורי מנהגים - אברהם ב"ר יוסף לעוויזאהן - געדרוקט און בערלין בשנת תר"ו
ספר מקורי מנהגים - יוסף פינקלשטיין, ממישקאלטץ. געדרוקט און אמסטערדאם בשנת תרע"ו

דער ספר פון לעוויזאהן ענטהאלט 143 עמודים.
דער ספר פון פינקעלשטיין ענטהאלט 39 עמודים.
פינקעלשטיין'ס ספר איז געדרוקט 70 יאהר שפעטער פון לעוויזאהן. אבער און זיין הקדמה שרייבט ער א דאטום 'שנת תאיר'

אפילו דער נאמען איז די זעלבע

דא איז א דוגמא:

דער הקדמה פון לעוויזאהן'ס ספר הייבט זיך אהן
בטרם אבא לבאר מערכת החיבור והתועלת אשר כוננתי בו , אודה ד' בכל לבב, כי גבר עלי חסדו לשום חלקי מיושבי בית המדרש,וזיכני לעמוד לפני עדות בישראל ולשרתם בקודש

יעצט דא איז דער הקדמה פון פינקעלשטיין. (ער ריפט עס נישט בשם הקדמה, ער ריפט עס בשם הערה)
בטרם אבא לבאר מערכת החיבור והתועלת אשר כוננתי בו , אודה ד' בכל לבב, כי גבר עלי חסדו לשום חלקי מיושבי בית המדרש,וב״ה יגעתי ומצאתי


די ענדע פון די הקדמות.
דאס ערשטע איז פון לעוויזאהן דאס צווייטע איז פון פינקעלשטיין

און אז מען קוקט ווייטער אריין און די צוויי ספרים זעהט מען ממש וויא איינער האט גלקחנ'ט פונעם צווייטען.
יעצט איז נאר צו פעסט שטעלען ווער איז דער גנב
אטעטשמענטס
L1.jpg
P1.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

די ענדע פון די ספרים.
דאס ערשטע איז פון לעוויזאהן
דאס צווייטע איז פון פינקעלשטיין.
באמערקט אז פינקעלשטיין האט 41 סימנים און זיין ספר שטייט ביי אוהם 'מ"א שערים'
לעוויזאהן האט 100 סימנים און זיין ספר, שטייט ביי אוהם 'מאה שערים'
(אינטערעסאנט אז דאס ווארט 'מאה' האט א ה' און 'מ"א' האט נישט. די אנדערע אותיות די מ' און די א' זענען די זעלבע)
אטעטשמענטס
L2.jpg
P2.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קוריאז, מאדנע, ויותר מזה אין לי להגיב בשעה מאוחרת כזו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויף ענגליש הייסט דאס 'פלעיזשעריזם' Plagiarism עס איז זייער א נידריגע און ביליגע זאך צוטאן, און מענשטן ווערן זייער אראפגעקוקט אויף אזא אקט.

אין ספרים איז ווי ר' שמחה האט דערמאנט ותשוח"ח על ההקדמה ועל המראה מקום, ליידער אויך נישט קיין נאווינע, מיר האבן דאכציך שוין געשריבען וועגן דעם ספר 'אבן הבוחן' ווי עס איז געדרוקט מיט א צווייטע נאמען, וכהנה רבות.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

דער יטב לב איז דאך ארויסגעקומען צום ערשטן מאל אן א נאמען איז געגאנגען א איד און עס געשיקט צו איינע פון די ראטשילדס וואס פלעגט מיטב זיין פאר יעדן מחבר ספר, אז ער איז דער מחבר און ער זאל אים שיקן אפאר טאלער, דער סוף פון די מעשה דענק איך נישט, צו דער מהר"ם שיק האט אים געפאקט צו איינער אנדערש.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יוסלמאן האט געשריבן: דער יטב לב איז דאך ארויסגעקומען צום ערשטן מאל אן א נאמען איז געגאנגען א איד און עס געשיקט צו איינע פון די ראטשילדס וואס פלעגט מיטב זיין פאר יעדן מחבר ספר, אז ער איז דער מחבר און ער זאל אים שיקן אפאר טאלער, דער סוף פון די מעשה דענק איך נישט, צו דער מהר"ם שיק האט אים געפאקט צו איינער אנדערש.

די מעשה בקיצור.. אז די חק"ס פון די ישיבה פונעם מהר"ם שיק האט זיך גענייטיגט אין אפאר דאללער (גראצער) האבן די גבאים עס געשיקט צו ראטשילד אונטער זייער נאמען, און זיי האבן באקומען פון אים א שיינע נתינה. שפעטער האט זיך דער מהר"ם שיק אנגעשטויסן אין דעם ספר וואס האט געזאלט הייסן אז די חק"ס האט ארויסגעגעבן, דער מהר"ם שיק האט אריינגעקוקט דערין האט ער דערקענט אז דאס איז דעם ייט"ל מהלך, האט ער אריבער גערופן דעם בחור און פארגעהאלטן דערויף, בקיצור, ער האט אים געהייסן אפגעבן דאס געלט פארן סיגוט'ער רב ווייל ראטשילד האט עס באמת געשיקט פארן מחבר.

הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי אזא גרויסער רב קען ארויסגעבן א ספר און בלייבן אנאנים?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שששש.. לשון הָרֵעַ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אלף בית האט געשריבן: הגם איך פארשטיי נישט וויאזוי אזא גרויסער רב קען ארויסגעבן א ספר און בלייבן אנאנים?


די וועלט איז נישט געווען אזוי קליין ווי היינט. הגם ס'איז גארנישט געבליבן אנאנים, ער ברענגט נאך מזקינו בעל ישמח משה, מילא איז עס נישט געווען אינגאנצן אנאנים. די מעשה מיטן מהר"ם שיק איז לכאו' געווען גלייך ווען דער ספר איז ארויס לאור עולם.

הגם פארציילט מען אז דער המהר"ם שיק ווער האט געלערנט חומש רש"י האט ער נאכגעזאגט יטב לב. זיי זענען געווען שטארק בידידות כידוע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

והוא פלאי האט געשריבן: http://www.bookgallery.co.il/content/hebrew/bookpageschema.asp?BookPageID=70068


דער פינקעלשטיין האט נאך איינגערעדט ר' אלעזר האראוויטץ ז"ל פון וויען אז ער דרוקט אזא ספר, און ר' אלעזר האט אוהם געשריבען א בריף וואס דער פינקעלשטיין האט אריינגעדרוקט און זיין ספר.
אדער אפשר גאר איז דער גאנצער בריף געפעלטשט.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בענין ווער עס האט געשריבען דער 'מקורי מנהגים' האב איך היינט געטראפען אויף 'ספרים בלאג' צוויי מאמרים וועגען דער נושא
ליינענדיג די צוויי מאמרים, זעהט מען אז בשעתו ווען די צוויי ספרים זענען ארויסגעקומען מיט 5 יאהר אפגעריקט איז שוין געווען א גאנצע איבערקערעניש דערוועגען

דער ערשטע מאמר
http://seforim.blogspot.com/2006/12/who ... hagim.html
דער צווייטע
http://seforim.traditiononline.org/inde ... gimPart-II
the SCY is the limit
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יישר כח הרב ליפשיץ.

מורא'דיג הנאה געהאט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פלא והפלא, יישר-כחכם הרב ליפשיץ תשוח"ח לכם (וברוך שובכם לברכה).

עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסען מער פרטים איבער דעם מתכסה בטלית שאינו שלו בשם מאיר פעקעטע מעיר חוסט, א זוכעניש סיי אויף היברו-בקוס און סיי אויף גוגעל האט מיר גארנישט געגעבן, אפשר קען איינער א זוך טאן אויף אוצר החכמה.

אויף 'גוגעל בוקס' זעה איך אז חיים ליברמאן בספרו אהל רח"ל דף 479 ברענגט מער באריכות די מעשה, האב איך זיך נישט געפוילט און טאקע געטראפן דא א גאנצע מאמר וועגן מזייפי שערים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער שער המזויף
אטעטשמענטס
New Picture.JPG
New Picture (1).JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב דערמאנט אויבן נאך א גניבה ספרותית, איך קען זיך נישט דערמאנען פוקנטליך די פרטים, אדרבא אפשר קען איינער מעיין זיין, עס האט צוטאן מיט דעם ספר אבן הבוחן וואס אויפן שער בלאט שטייט אויך 'ספר חידוד התלמידים' לר' יעקב ב"ר ישראל צבי מווארשא.

דער ספר איז געדרוקט אין ווארשא בהסכמת ר' יצחק פייגענבוים פון די ביד"צ אין ווארשא, און מיט צעהן יאר שפעטער איז עס איבערגעדרוקט געווארן נאכמאל, בנוסף לזה האט דער מחבר געדרוקט א חלק ב' בשם בחינת התלמידים .

איך קען דערווייל נישט געפונען צו דער חיבור איז געגנבט געווארן פון דעם מחבר אדער דאס איז געווען א גניבה, אבער דאס איז קלאר אז איך האב דעם זעלבן ספר שוין געזעהן אונטער אן אנדערן נאמען.
אטעטשמענטס
33-38392.jpg
1-26861.jpg
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

ווי ס'זעט אויס פין חיים ליבערמאנ'ס ביך הנ"ל, האבען די פעקעטע'ס-שווארץ דאס געטיען פאר געלט, זיי האבען באקריגען געלט פין ראטשילד פאר די ספרים
לעצט פארראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 11:18 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

דער שרייבער אין מחזיקי הדת זאגט אז ער האט אויסגעפינען אז עפעס שטימט נישט מיט די ייטב לב, ווייל ער האט געזען א פזמון אויפן שער בלאט (פין ייטב לב שהודפס פעקעטע) וואס קימט פין אן אנדערע ספר. ד.ה. ער האט די פזמון אויך געגנבעט, ער האט נישט אפילו געקענט מאכן אן אייגענע פזמון.

די אנדערע ספר איז לכאורה "זכרון שמואל" להגר"י מודרן זצ"ל. ד.ה. פעקעטע האט גענימען די פזמון פין זכרון שמואל (געוואוינט אין סיגוט) אין ארויפגעלייגט (מיט אן אנדערע נאמען) אויפען ספר פין ייטב לב זצ"ל.

וזה"ל בזכרון שמואל:
אשר יגעתי בעניי ומצאתי ציצים ופרחים על סדר גפ"ת, אנכי הצעיר באלפי יהודה.
(נאכדעם שטייט די פזמון וואס - המדפיס של זכרון שמואל - הרה"ח ר' שמואל פנחס שטילער האט געשריבן):
וזאת ליהודה ויאמר ברוח נמוכה, בענותונתו רב גדלה לסוככה, אשרי העם שלו ככה. ואתה המעיין אל תביט אל מראהו, כי עצום ורוב מחנהו, כבוד והדר תעטרהו.
אחד מאלף מצאתיו בדורנו, מפליא לעשות מטעמי הפלפול לפנינו, מזהיר ומבריק לעינינו. מסביר פניו בהלכה בדרך ישרה, זו תורה וזו שרה. בארץ הגר אבן פינתו יקרה, יפצחו הרים רנה, גדול בקרבך עיר קטנה, ומשלח מעיינים בכל פינה. לא רב ולא אב"ד ומואס בכבוד ותהלה, עוסק בתורה יומם ולילה, וירתיח כסיר מצולה, ה"ה הגאון המובהק החריף חסיד ועניו מו"ה יהודה מודרן נ"י משכן כבודו בעיר סיגוט מחוז מרמרוש .

ע"כ מזכרון שמואל.

איז געקימען הרב פעקעטע אין געשריבען אזוי:
אשר יגעתי בעניי ומצאתי ת"ל דברי תוכחה ואמרי נועם, אנכי הצעיר באלפי מאיר בהרב ר' יעקב יחיאל פעקעטע ז"ל.

וזאת למאיר הארץ בתורתו, ויאמר ברוח נמוכה, הרב גדלו סוככה. ואתה המעיין אל תביט אל מראהו, כבוד והדר תעטרהו.

אחד מאלף מצאתיו בדורנו, בענותנותו מזהיר ומבריק לעינינו. לא רב ולא אב"ד ומואס בכבוד ותהלה, עוסק בתורה יומם ולילה, וירתיח כסיר מצולה, ה"ה הרב הה"ג החסיד מו"ה מאיר פעקעטע נ"י
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן: איך האב דערמאנט אויבן נאך א גניבה ספרותית, איך קען זיך נישט דערמאנען פוקנטליך די פרטים, אדרבא אפשר קען איינער מעיין זיין, עס האט צוטאן מיט דעם ספר אבן הבוחן וואס אויפן שער בלאט שטייט אויך 'ספר חידוד התלמידים' לר' יעקב ב"ר ישראל צבי מווארשא.

דער ספר איז געדרוקט אין ווארשא בהסכמת ר' יצחק פייגענבוים פון די ביד"צ אין ווארשא, און מיט צעהן יאר שפעטער איז עס איבערגעדרוקט געווארן נאכמאל, בנוסף לזה האט דער מחבר געדרוקט א חלק ב' בשם בחינת התלמידים .

איך קען דערווייל נישט געפונען צו דער חיבור איז געגנבט געווארן פון דעם מחבר אדער דאס איז געווען א גניבה, אבער דאס איז קלאר אז איך האב דעם זעלבן ספר שוין געזעהן אונטער אן אנדערן נאמען.


יגעתי ומצאתי בירחון הפלס תרס"ב את הגניבה, עס שטעלט זיך ארויס אז דער דערמאנטען 'חידוד התלמידים' איז געדרוקט דאס ערשטע מאל אין ווארשא בשנת תרנ"ו אבער ווי עס ווייזט אויס איז דאס געווען א גניבה פון א ספר בשם 'אבן הבוחן' געדרוקט אין פאדגורזע בשנת תר"ן דורך דעם מחבר ר' משה יעקב יליד בריגל.

דער שרייבער אין הפלס י.ש. ברענגט ביידע דפי השער ווי מ'זעהט ווארט-ביי-ווארט ווי דער צווייטער קאפירט דעם ערשון און פירט אויס "הראית מימיך קורא יקר גניבה משונה כזו?"
אטעטשמענטס
New Picture.JPG
New Picture (1).JPG
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שכוח מיללער פארן אראפברענגען דעם ייטב לב המזויף
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די אריגינעלע 'שער בלאט' פונעם ערשטן 'אבן הבוחן' לר' משה יעקב מבריגל.

אינטערעסאנט אז אויף די מפתח פון 'אוצר החכמה' (שאין לי, ואולי יש מישהו שיכול להאיר עינינו) האלטן זיי אז דער 'אבן הבוחן' איז דער 'מזויף' און דער צווייטער לר' יעקב צבי בורשטיין איז דער אמת'ער ולא אדע מקורם זעה דא
אטעטשמענטס
9651.jpg
9651.jpg (51.1 KiB) געזען 7117 מאל
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

יש להוסיף על האמור לעיל:

ספר 'מבין חידות' [פירוש על המסורת] נדפס באמשטרדם תקכ"ה, פון ר' יוסף היילברוין, [ער הייבט אן די הקדמה: נאם יוסף בלא"א הר"ר דוד זצ"ל מגזע ילידי הייל ברון],

א יאר דערויף איז ר' אשר אנשיל ווירמש רופא ארויסגעקומען מיט זיין ספר 'סייג לתורה' [אויך אויף מסורת], אין די הקדמה מאכט ער א געוואלד אז דער ספר מבין חידות איז פשוט א גניבה פון אים, צוליב וואס דער כתב-יד פונעם חיבור איז געווען בשאלה ביים בעל מבין חידות, בתוך הדברים שרייבט ער: "מים גנובים יומתקו, יען חבורי זה נעתק משונים אשר שלחו יד בפקדון ואשמם בראשם, כי לקריאה נתתיו ולא לכתיבה, והם כתבו ספר בשמם כאלו הם הולידוהו, ולולי חרש בעגלתי לא התפאר מבין חידות שצפנת פענח הוא"

ר' יוסף היילברוין איז נישט שטיל געבליבן ולא הטמין ידו בצלחת, ער ענטפערט אפ די האשמה אין צוויי באזונדערע תגובות, איינס אונטערן נאמען 'מריבת קדש' ווי ער שרייבט צווישן אנדערע: "על דבר כזב בני איש בהוסדם עלי יחד, האחד מהם ר' אנשיל ווירמש רופא בק"ק פפ"ד, כתב בהקדמת ספרו סייג לתורה כי חבורי ספר מבין חידות לקוח הוא מאתו, שומו שמים איך ערב אל לבו לבדות שקר מלבו והנני מקבל עלי חרם אם ראיתי כתיבת ידו מעולם, אשר לפי דבריו הנ"ל נתן לי חבורו לקרות, גם האיש הידוע בארץ אשכנז ר' אברהם חעלם שמו, ויבוא גם הוא ונעשה עד לעול וסניף לדבר עבירה עם הרופא הנזכר, וכתב עלי שני השגות, אינן אלא דברי קנטורין, הנה בדברי אלה עשיתי התנצלותי שלא אהיה נתפס כגנב",

ער חתמ'עט זיך "אמשטרדם ראש חודש טבת שנת וי'ע'ב'ר' א'ב'ר'ם' ב'ארץ [תקכ"ז] לפ"ק. נאם יוסף בלא"א הרר דוד ז"ל מעשווא מחבר ספר מבין חידות"

דעם "איש הידוע בארץ אשכנז ר' אברהם חעלם שמו" מיינט ער וואס אין 'סייג לתורה' האט ר' אנשיל ווירמש אריינגעדרוקט עטליכע השגות אויפן 'מבין חידות' בשם הגאון ר' אברהם הלוי מחעלמא אבד"ק עמדין,

בנוסף לזה האט ר"י היילברוין ארויס געגעבן נאך א בלעטל בשם 'פרודגמא חדשה' , וואס ער האט צוגעלייגט און אריינגעקלעבט אין די ספרים וואס ער האט נאכנישט געהאט פארקויפט.

ער אנטשולדיגט זיך פאר הג"ר אברהם חעלמא, נאך דעם ווי ער איז געוואר געווארן אז די השגות פון אים זענען א זיוף, ווי ער שרייבט בתוה"ד:

"הנה דבר עלי סרה הרופא רבי אנשיל ווירמיזא וכתב שטנה על חבור ספר מבין חידות אשר חברתי, בחבורו אשר כנהו בשם סייג לתורה, עוד יתירה עשה הביא לו תנא דמסייע ר' אברהם חעלם נר"ו. בתחלה הייתי שופך בוז על הרב מוהר"ר אברהם חעלם הנ"ל, אמנם כאשר שלח אלי ר' גומפל קליווא שי' את בנו הירץ שי', ובידו מגלת ספר כתוב אלי, והראני שהרב מוהר"א שי' הנ"ל איננו בקושרים רק הרופא הוא הכותב בשמו, ראיתי כי זאת הרשעה היוצאת היא מהרופא ומאתו לבד יצאו, אז חזרתי מלדבר קשות אל הרב ר' אברהם נר"ו, תוהה אני ומתחרט על הראשונות.

אך משפטי עם הרופא, ואומר, אעפ"י שהשגותיו עלי אינן אלא דברי פתיות והזיות, אעפ"כ ארוצה נא ואשיב לדבריו, ועם כל רפיון פירושו ותש כח השגותיו הנ"ל לא הי' מעצור ברוחו מלהעיז פניו נגדי כי חבור ס' מבין חידות לקוח הוא מאתו וגנוב הוא אתי, אנכי אשבע שלא ראיתי כתיבת ידו מעולם, הנה בדברי אלה עשיתי התנצלותי, למען לא אהיה נתפס כגנב"

און ער חתמ'עט "אמשטרדם י"ג טבת שנת יעצו להד'י'ח' י'ר'צ'ו' כ'ז'ב' [תקכ"ז] לפ"ק. נאום יוסף בלא"א הר"ר דוד ז"ל מעשווא מחבר ספר מבין חידות"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגען דאנק אייך הרב מסטראשעלע פאר די אינפארמאטיווע תגובה, ישלם ה' פעלך.

די פאלגענדע האב איך ערהאלטן פון ידידי הוותיק והמרומם הרוצה בעילום שמו הטוב, בשייכות מיט דעם נידון, תשוח"ח לו:

בהמשך למה שפורסם היום באשכול על זה.


בסידור בית יעקב עמדין על שיר בליל שבת "יום שבתון" וכו' קולי קולות יחדלון בעת שירי יגדלון כי כטל הם יזלון, ואל ישיגו גבולי, באורח שיר נפל חבלי, התקוששו ואל תשמשו, בנזר שיר שפרה לי וז"ל:
ומ"כ [ומצאתי כתוב] בשם הגאון החסיד מבעל"ז זי"ע. שזמר זה נאבד ממחבר הר"י קודם שנגמר אות ק. ומצאו דרשן ובא לעיר א' והתפאר שחבר זמר חדש יפה לשבת. ובשבת באו אנשי העיר לשלחנו לשמוע דרשתו ושירו. ובמקרה בא גם הר"י על שבת זו לעיר זו ויבא ג"כ להדרשן, וכשמעו הזמר אמר כולו שלי והדרשן אמר לא כי, והעם צעקו בקולי קולות על הר"י לברר דבריו, ויאמר לדרשן אמור על מה מיוסד הזמר, ולא ידע, ויאמר הר"י שמיוסד על שמו יהונתן חזק ולא נגמר אות ק, ופייסוהו בכבוד ובזו לדרשן ואז חבר אות ק' על המאורע, ואמר שמעתה הקולי קולות יפסקו בעת אמירה בקול שירי הנוזלים כטל, ולא ישיגו ב"א גבולי בדרך השיר שנפל לחלקי וחברתיו, ואתם הדרשנים קשטו עצמיכם בשירים שתחברו, ולא תשמשו בעטרת השיר שחברתי ונאה רק לי/


עיין כאן

מעניין מיהו הרב מבעלז הנזכר
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

דאס איז קרוב לוודאי הה"ק השר שלום מבעלז זצ"ל

דער מו"ל און מהדיר פון דעם סידור איז ר' משה שו"ב [ראזענבערג] א חסידישער איד אין זיטאמיר, ער האט ארויסגעגעבן נאך אסאך אנדערע ספרים אויף הלכה און חסידות ואכמ"ל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בימינו איז אויך געדדרוקט געווארן גענוק אזעליכע ספרים גנובים.

איין משל, שמעתי מדידי נ"י: ווי דער גנב הייסט אדער האט געהייסן, און ווי זיין ספר הייסט, האט ער מיר נישט געוואלט דערציילן, כלומר'יש ווייל ער אדער זיינע קינדער לעבען נאך. אבער דער נגנב איז געווען הרה"ג ר' יוסף תאומים ז"ל מח"ס שו"ת נחמת יוסף [דער מאניסטרישטשער רבי'ס שווער], און די גנבה איז זיין ספר מותיב ומפרק .

נאך א משל, וואס דער באדאישלער רבי שליט"א האט לעצטנס באשריבן, ווי עס האט איינער גע'גנב'ט ספה"ק ברית כהונת עולם. אפשר האט איינער מ"מ אויף דער מעשה? איך מיין אז אין קובץ היכל הבעש"ט איז עס אויך באשריבן געווארן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”