זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. עס איז אויסנאם פיין אראפגעלייגט מיט דראמא, און ווי אסאך האבן שוין געשריבן, ער נעמט אריין די ליינער אין די מעשה נישט לאזענדיג איהם אוועקגיין ביזן ענדיגן די גאנצע.
ער האט עס געשריבן זייער פשוט. כדבר איש אל רעהו. אזוי ווי איך וואלט ווען פארציילט די מעשה ביי מלוה מלכה. למעשה האט ער מיר גוט אריינגעשלעפט אין די מעשה, כאטש איך האב שוין גראד אנפאנג געפילט אז עס גייט זיך ענדיגן מיט א חלום...
די נושא איז נישט יוניק. ווען ער קומט ווען אויף מיט עפעס א חידוש וואלט געווען בעסער.
יישר כח פאר אלע וואס האבן אראפגענומען צייט צו קאמענטירן, צי עס איז געווען א קאפלימענט אדער עפעס וואס איך קען פארבעסערן.... איך וועל בעז''ה אסאך ארויסנעמען פון דעם וויאזוי צו פארבעסערן מיין שריפט.