זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. עס איז אויסנאם פיין אראפגעלייגט מיט דראמא, און ווי אסאך האבן שוין געשריבן, ער נעמט אריין די ליינער אין די מעשה נישט לאזענדיג איהם אוועקגיין ביזן ענדיגן די גאנצע.
שיינער ארטיקל מלא תוכן, גאר א שטארקע משל פון והחי יתן אל לבו וואס קען רילעיטן צי יעדן איינעם. אינהאלט א גרינגע 5 שפראך 4, ס'איז ציענד און בא'טעמ'ט צי ליינען אבער ס'פעלט דראמא אין שפירן ווי מ'לעבט עס מיט. ספעציעל ביי אזא סארט ארטיקל איז די געלונגנקייט געוואנדן אין ווי דראמאטיש און לעבעדיג ס'איז געשריבן. דער ארטיקל ליינט זיך ווי א זאך וואס איז שוין פארביי. די לעצטע חלק איז אויסנאם פיין, דאס איבערפארציילן די חלום און די קבלת טובות האט לעבעדיגע קאלירן און דאס מאכט דעם ארטיקל א 5 אוועראלל.
כה לחי.
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק. כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.
ער האט עס געשריבן זייער פשוט. כדבר איש אל רעהו. אזוי ווי איך וואלט ווען פארציילט די מעשה ביי מלוה מלכה. למעשה האט ער מיר גוט אריינגעשלעפט אין די מעשה, כאטש איך האב שוין גראד אנפאנג געפילט אז עס גייט זיך ענדיגן מיט א חלום...
די נושא איז נישט יוניק. ווען ער קומט ווען אויף מיט עפעס א חידוש וואלט געווען בעסער.
יישר כח פאר אלע וואס האבן אראפגענומען צייט צו קאמענטירן, צי עס איז געווען א קאפלימענט אדער עפעס וואס איך קען פארבעסערן.... איך וועל בעז''ה אסאך ארויסנעמען פון דעם וויאזוי צו פארבעסערן מיין שריפט.