ברוכים הבאים - שירו לו שיר חדש
אין ווייטערדיגע שריט צו מסדר זיין דעם היכל הנגינה און שטעלן דבר דבר על אופניו, ווערט אצינד געעפנט א צווייטן און שפאגל נייעם פארום מיטן נאמען 'תורת הנגינה און כלי שיר'.
נגינה איז טאקע עפעס וואס ציט און רעדט צו יעדן, עס ווערט דיסקוטירט דורך אלעמען צוגלייך און באהאנדלט איבער גאנץ היכל הנגינה, אבער פון די אנדערע זייט איז מוזיק א טיפזיניגע חכמה וואס מ'קען גרונטליך אפלערנען און פארשטיין, און איז איינגטליך פון די זיבן גרעסטע חכמות וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.
אויסערדעם וואס נגינה איז א טיפע און קאמפליצירטע חכמה פאר זיך, איז פארהאן א באזונדערע חכמה וויאזוי ארויסצוברענגען נגינה ריכטיג מיט פארשידענע אינסטרומענטן, און דערנאך איז דא א שפראך מיט וואס דאס ווערט געשריבן, און דאס זענען די מוזיקאלישע נאטן.
א געוואלד מיט אינפארמאציע, רייכע לעקציעס, און אינפארמאטיווע אפהאנדלונגען אין תורת הנגינה זענען שוין געשריבן געווארן אין די ראמען פון אידישע וועלט, אבער זייענדיג א קליינע צאל אשכולות זענען זיי גענצליך פארוואסערט געווארן צווישן צענדליגע אנדערע, און עס איז א גאנצע אפקומעניש צו אפירזוכן און געפונען דעם מיעוט הכמות, טראץ איר ריבוי האיכות.
און אזוי אויך זענען פארהאן אומצאליגע אשכולות וועלכע געבן זיך אפ מיט עצות און הילף פאר די וואס שפילן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן, און אויך זיי ליגן באגראבן ערגעצוואו צווישן פילצאליגע אנדערע מינדערוויכטיגע שמועסרייען ארום מוזיק.
דעריבער איז נישט מער ווי פאסיג אז דער נייער און צווייטער פארום אונטער היכל הנגינה זאל זיין א פלאץ וואו אלע שיעורים און שמועסן ארום תורת הנגינה זאלן זיך געפונען תחת קורת גג אחד, און אזוי אויך טיפס און הילף בנוגע אלע סארטן כלי שיר.
עס איז צו האפן אז דער נייער ווינקל וועט ערליך דינען איר צוועק, ברענגענדיג קלארקייט פאר די עוסקים בתורת הנגינה און געבנדיג נויטיגע הילף פאר די מנגנים בכלי שיר, און מיר זאלן שוין טאקע בקרוב זוכה זיין צו הערן די שירת הלויים על דוכנם בב"א!