מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

קוויקבוקס - א בילל פעי שאלה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

Monticello

קוויקבוקס - א בילל פעי שאלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

איך לינק מיינע VENDOR BILLS צו קאוסטומערס. דהיינו, למשל, אין פראפערטי מענעדזשמענט, איך באקום א טעקס בילל פאר מר. שווארץ'ס דירה. ביים 'ענטערן' דאס בילל לינק איך איז אונטער CUSTOMER:JOB צו די קאוסטומער שווארץ.

משום איזהו סיבה וויל איך דאס בילל נאכנישט באצאלן (ווער וויל דען יא). נישט נאר דאס, נאר איך האב מערערע בילס פון די זעלבע ווענדאר, די CITY, און פיל דערפין וויל איך יא צאלן און פיל דערפין וויל איך נאכנישט צאלן, ד.מ כ'האב מערערע אזוינע שווארץ'לעך, גרינבערג'ס און ווייס'ס. איז די שאלה, וויאזוי קען איך גיין צו PAY BILLS און זאגן אין וויל צאלן בלויז ביללס פאר דיזע קוסטומערס, און נישט פאר דיזע. אדער וויאזוי קען איך - עט ליעסט - ווייזן אויפן סקרין די נעמען פון די קאוסטומער'ס צו וועמן די ביללס זענען פארבינדן. (כאטש כ'בין מודה אז דאס איז א פראבלעם ווייל ס'איז פארהאן ביללס וואס ווערן צוטיילט צו מערערע קוסטומערס, ודו"ק.)

מיין סעקרעטארשע זאגט 'יואיוש, איטס אימפאסיביל'. (חוץ אויב זי גייט אריין אין יעדע בילל באזינדער, און מאכט זיך א נאוט פון די בילל נומבער, פארשטייט זיך ס'פארלאנגזאמט די ארבייט).

עצות און הילף ביטע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וואס הייסט, נישט יעדער בילל האט א רעפרענס נומער? אדער א דעיט לכהפ"ח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

צייטליך האט געשריבן: וואס הייסט, נישט יעדער בילל האט א רעפרענס נומער? אדער א דעיט לכהפ"ח.


דאס מיינט אז איך וועל ברויכן זיצן מיט די פאפירענע ביללס אויף מיין שויס און צושטעלן די נומערן? נישט פראקטיש. אויב יא, קען איך דאס טיהן מיט צושטעלן די סכום....

דרך אגב, טעקס ביללס, ווי אויך אנדערע בילס ווי למשל עלעקטעריסיטי, האבן נישט קיין בילל נומערן. זיי זענען אזוי ווי סטעיטמענטס.


לאמיך מאכן מיין שאלה מער פשוט. למשל איך באקום אן ערך פון 150 קאן עדיסאן בילס פאר 150 אפארטמענטס. ביים אריינליגן די בילס איז טאקע דער ווענדאר איבעראל די זעלבע, קאן עדיסאן, אבער די אפארטמענטס אונטער קוסטומער:דזשאב טוישט זיך: A, B, C וכו'.

אויב וויל איך באצאלן פאר קאן עדיסאן, אבער איך וויל אויסלאזן א געוויסע אפארטמענט, אדער מערערע אפארטמענטס, וויאזוי קען איך דאס טיהן אויף א פראקטישע אופן, אנע צולייגן צופיל קאפ?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אויב פארשטיי איך גוט דיין שאלה איז תירוץ זייער פשוט.

ביים אריינלייגן דעם בילל ענטער עס מיט א רעפרענס נומער, איי עס האט נישט קיין אינוואויס נומבער, איז די עצה ווי פאלגענד, איך ניץ עס אזוי, מיט צענדליגער קאן עדיסאן בילל'ס טאקע.

ביי רעפרענס לייג אריין די דעיט צוזאמען מיט די אפארטמענט נומער.

למשל, אויב איז די דעיט פונעם בילל April 28 2008
און דער אדרעעס איז 456Main St. #2-B

מאכט מען די רעפרענס נומער ווי פאלגענד:
2B-032808

אדער אויב האט עס נישט קיין אפארטמענט נומער לייג נאר די אדרעעס נומער און שטאק.

איך האף אז איך פארשטיי דייין קשיא און די פארשטייסט מיין תירוץ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

זייער גוט. זייער צייטליך.

כ'האב געקלערט פון אזא עצה, אבער דאס הייסט אויסגעפאפט דעם שטן, אזא היימישע עצה. כ'האב געהאפט אז ס'איז דא עפעס מער אוטומאטיש.

א גרויסן ברייטן דאנק.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

הרב מאנטיסעלאו, כ'מיין אז ס'איז נישטא אן אוטומאטישע וועג, און די עצה איז טאקע אזוי ווי צייטליך האט ארויסגעברענגט.

אבער, מאך זיכער אז דו זאלסט אריינשטעלן אזא רעפערענס וואס דו זאלסט געדענקען (קענסט אפילו שרייבן יענעמס נאמען אינעם רעפערענס).
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ס'יז נישט דא קיין וועג.

אגב, קוויקבוק איז נישט געאייגנט פאר מענעדשמענט בכלל, עס איז דא גאר גוטע פראגראמס דערפאר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שוועמל האט געשריבן: ס'יז נישט דא קיין וועג.

אגב, קוויקבוק איז נישט געאייגנט פאר מענעדשמענט בכלל, עס איז דא גאר גוטע פראגראמס דערפאר.

שוועמל?

וועלעכע פראגראם'ס זענען גוט פאר מענעדשמענט

און וואס איז בעסער די וואס ארבייטן מיט קוויקבוקס אדער די וואס האבן אן אייגענעם בוקקיפינג סיסטעם?
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
רויבאט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2009 8:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויבאט »

איך ווייס איינער אין מאנסי האט געמאכט א מעכטיגע פראגרעם פאר מענידזשמענט אויב די ביזט תאקע שטארק נייגעריג לאז מיר וויסן איך איך וועל פרעגן יענעם וואס האט מיר געזאגט וועגן דעם
שרייב תגובה

צוריק צו “קוויקבוקס”