האב איך געטראפן די אשכול, איך ליין עס דורך מיט אינטערעס, טראכט איך, יעצט איז שוין 5 יאר שפעטער, אינטערסאנט צו וויסן וואס איז געווארן פון די פלאן? שרייב איך א תגובה ווייל איך וויסן עני נייעס דערפון, ענטפערט מיר א חכם, אז ס'איז שוין כמעט גרייט, איך זעה גראד אז עפעס איז פישי מיט דעי ענטפער, אינטערסאנט אז 5 יאר רעדט מען גארנישט דערפון? איך בין דאך געווען פאריגע וואך אין דינוב, גארנישט געזעהן דארט עפעס מורא'דיג, אפילו צום הכנסת אורחים האב איך נישט מצליח געווען אריינצוגיין... ווער איך נאכדעם געוואר אז האסט מיר סתם צונאר געמאכט, איך פיל מיר ווי א שוטה פאר דיר גלייבן... דאס איז די באהאנדלונג ווען איך פרעג א נארמאלע שאלה?
עניוועי, איך בין דיר מוחל אבער ביטע טוה נישט אזאנס נאכאמאל...