וואס האבן היימישע אידן געטוהן ביי די וויעטנאם קריג?

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

וואס האבן היימישע אידן געטוהן ביי די וויעטנאם קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

אזוי ווי מהאלט יעצט מיט די מלחמה פון רוסלאנד-אוקראינע, און מרעדט כסדר פון - חס וחלילה היו לא תהיה - אז דאס זאל זיך אויסברייטערן אין א וועלט קריג רח״ל, און דעמאלטס וועט אפשר זיין א דרעפט צו גיין אין מיליטער.

בין איך נייגעריג צו וויסן וואס אונזערע עלטערן האבן געטוהן ביי וויעטנאם קריג וואס דעמאלטס איז אויך געווען א דרעפט.
דער וויעטנאם קריג איז אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, תשט״ו - תשל״ה (1955-1975), און דעמאלטס זענען אונזערע עלטערן און זיידעס שוין געווען דאהי.
איך האב קיינמאל גארנישט געהערט דערפון, זענען היימישע אידן געגאנגען אין קריג?
סטודענטען זענען געווען פטור פון גיין, אבער וואס איז געווען מיט די וואס זענען נישט געווען אין ישיבה?
אויב איינער ווייסט עפעס איבער די דאזיגע היסטאריע, זאל ביטע אריינקומען קלאר.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע:אין פליגער

Re: וואס האבן היימישע אידן געטוהן ביי די וויעטנאם קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

איך האב געטראפן פארשידענע דוקעמענטן פון יענע יארן,

יא! דער עולם האט זיך צוריקגעקערט צום ישיבה באנק, מ'האט אנגענומען רבנים פאסטענעס/ראשי ישיבה /מלמדים, וכהנה...

א איד בלייבט א איד ... (אפילו אין מיליטער)
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: וואס האבן היימישע אידן געטוהן ביי די וויעטנאם קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

טרעוולער האט געשריבן: איך האב געטראפן פארשידענע דוקעמענטן פון יענע יארן,

יא! דער עולם האט זיך צוריקגעקערט צום ישיבה באנק, מ'האט אנגענומען רבנים פאסטענעס/ראשי ישיבה /מלמדים, וכהנה...

א איד בלייבט א איד ... (אפילו אין מיליטער)

נא אפשר שטעלסטו ארויף?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: וואס האבן היימישע אידן געטוהן ביי די וויעטנאם קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין ספר ביצונא קדישא שרייבט דער בארימטער שריפטשטעלער און לעגאנדארע סאטמארע ראש הקהל הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל אז בשעתו ווען די אמעריקאנער גאס האס פארפירט אקעגן די וויעטנאם מלחמה און אקעגן די פרעזידענט האבן מאנכע רבנים פארגעשלאגן אז די אידישע קהילות זאלן ארויסשטעלן אן אפיציעלע בריוו אין שטיצע פונעם פרעזידענט

די רבנים זענען עס געקומען פארלייגן פאר מרן הקדוש מ'סאטמאר זי"ע, האט ער עס אוועקגעמאכט זאגענדיג אז די מידיא וועט אנהייבן פרעגן אויב ענק שטיצן אזוי די פרעזידענט און די מלחמה טא פארוואס גייען די חסידים נישט אין מיליטער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”