Re: שיעורי ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א
מים חיים האט געשריבן:שמואל בארג האט געשריבן: צו בארואיגן די אויפברויז דא, ר' מנשה האט א טאלאנט אין אויבויען א מיינונג און דער וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ איז מיטן אראפברענגן דעם אנדערען צד עד חרמה.
די פרייד/טרויער וואס מ'דארף האבן צו די מלחמה איז נישט שווארץ און ווייס, עס ברויך קומען מיט א שטיקל דעת וויאזוי אנצוקוקן מאורעות הזמן, איין טאג האט ער אראפגעלייגט איין זייט און אראפגעריסן די אנדערע זייט, די אנדערע טאג איז ער מסביר די פערקערטע מהלך פון טראכטן און מיט דעם קומט אויטאמאטיש צו אן אטאקע אויף די נעכטיגע מהלך המחשבה.
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס איך זעה אין דעם מגי"ש דעם גאנג פון נעמען ענינים וואס ברויכן שיקול הדעת און עס צולייגן יעדע מאל מיט איין צד און מפריך זיין די אנדערע אפילו ס'איז זיך סותר מיט די נעכטיגע.
גענאגלט
פאר די קביעות'דיגע צוהערער איז דאס א דבר פשוט
פאסירט כסדר אז ער לייגט גאר שטארק אראפ איין צד, און די נעקסטע טאג ברענגט ער ארויס פונקט פארקערט
(נ.ב. נאכנישט געהערט די ספעציפישע שיעורים)
בפרט ביי א שיעור וואס איז געזאגט געווארן נאך שרעקליכע היץ אין זיין ריכטונג פון אסאך און אויך רבנים ווי ער ברענגט אפאר מאל אליינס, ער איז דא געווען אויף א שטארקע דעפענסיווע און געענטפערט שארף. אבער געמאכט א גוטע דזשאב.
די נקודה אז דעמאקראטיע האט קיין שייכות מיט אנטי-אנטיסעמיטיזם איז אמת ער קען ווען סאך מער פארברייטערען אין דעם.