דאס מאל האב איך קראנטע אינפארמאציע אז דער נאמען פון דעם ביכל וועט נישט זיין "די לעצטע עדות" נאר ויקרא שמו בישראל "מקדשי שמך" וואס דאס איז דער אפטייטש פון קידוש ד' בעבר ובהוה, וואס דאס איז דער ציל פונעם ספר, ווי אידן האבן מקדש שם שמים געוועהן בשעתן' קריג און זענען מקדש שם שמים ביז היינט דורך איבערלעבן דעם שונא און אנפאנגען פון דאסניי,
שקר_הדייעט האט געשריבן:
מקדשי שמך זעט אויס ווי גע'גנב'ט פון מקדשי השם פון ווייצענער רב, וואס איז דאך אויך אויף די צווייטע וועלט מלחמה.
מקדשי השם איז שוין געווען געגרייט צו דריקן (אדער אפשר שוין געדרוקט) פאד די קריג, בעסער געזאגט פאר די אונגארישע אידן זענען דעפאטירט געווארן. זעה אינעם ספה"ק עצי חיים וואס מהאט נארוואס איבערגעדריקט, איז דארט דא א תשובה פון פון הרב ליפא הי"ד בן הרב מקלוזנבורג ז"ל צום ווייצענער רב וואו ער באציעט זיך איבערן ספר מקדשי השם.
אגב האלט איך אז די נאמען פונעם ספר דארף זיין מער אראפצומאלן אז מזאל געדענקען וואס עס איז געווען מיט אונזערע עלטערן. א שטייגער וואו "למען ידעו" אדער האב איך געטראכט א נאמען "זכור" און קליין; את אשר עשה לך
די לעצטע וואכן האב איך געהאט א ביכל, וואס איז א חלק פון דעם ספר. יישר כח פאר ידידי היק"ר נ"י וואס האט משתדל געווען ביי הרב פרידמאן איך זאל עס באקומען. די סיבה פארוואס כ'האב עס באקומען איז, אז איך גלייך די זאכן און איך האב פארגעשלאגן צו העלפן עס מגיה זיין, אדער צוצולייגן הערות. וכן עשיתי.
דאס איז א זעלטענער צוזאמענשטעל פון אלגעמיינע פאקטן איבער די מלחמה, די געשעענישן און די לאגערן, שמועסן מיט זקנים לאוי"ט פון מערערע מקומות, באקאנטע און אומבאקאנטע אנעקטאדן (צ.ב.ש וואס איינער האט שוין דערמאנט, דער ציון פון רבי'ן ר' אלימלך זי"ע) וכד'.
עס איז אפשר נישט פארהאן שמועסן מיט גענוג "היימישע" אידן מקרב עירנו ובתי מדרשינו. אפשר ווילן די אידן זיך נישט לאזן אנטערוויוען? (פון די 15 שמועסן וואס איך האב אין מיין ביכל זענען אפשר 10 פון מענטשן וואס איך קען נישט. הגם חסידי'שע אידן, אבער נישט אזא איינער צ.ב.ש. ווי ר' יאסל סאקס לאוי"ט...)
איך גלויב אז אויב איינעמ'ס זיידע וויל זיך אוועקזעצן, און ער האט וואס צו דערציילן, וועט הרב פרידמאן דאס גערן טאן. (זיין נומער איז 388-0041).
נאך א הערה: אפשר זאל הרב פרידמאן מאכן א באזונדערער חלק פון די הצלה פון די באקאנטע רבי'ס, ווי סאטמאר, בעלז, גור וכד'. איך האב געהערט אז דער ביכל וועט עס האבן, אבער איך האב עס נישט געזען אין מיין חלק. (קען זיין אין אנדערע חלקים).