שחיטת בית יוסף

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ואגב, אוריגוויי איז ביליגער (כאטש עס האט די חומרא בית יוסף), פינקט ווי מעקסיקען איז ביליגער; ווייל עס איז נישט אמעריקאנער פלייש. אבער אין טעם, איז דאך בטעם וריח אין להתווכח, און אפשר וועט די משפחה גאר גלייכען בעסער די מעקסיקען אדער אוריגוויי פלייש אויב גוט געקאכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די אורוגוויי פלייש איז ביליג ווייל בינגאו פארקויפט עס... אבער אין טעם איז עס פונקט אזוי גוט ווי די פון אייאווע/טשיקאגאו און אפשר נאך בעסער
אין מעקסיקאו איז נישטא קיין angus אין אוראגוויי איז יא דא און טאקע די ריכטיגע, נאר אמעריקע לאזט נישט אריין קיין ביינער נאר די פלייש..
הורקנוס
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורקנוס »

Amazing האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: מיר אשכנזים עסען נישט שחיטת בית יוסף. בדרך כלל איז דער רמ"א מער מחמיר ביי שחיטה ווי דער בית יוסף
דאס וואס ווערט פארקויפט מיט א "בית יוסף" סטיקער איז וועגען געוויסע סירכות "געוויקסען" אויף די לונגען פון בהמות
וואס דער רמ"א לאזט אפשיילען און דער בית יוסף אסר'ט
(קוק אויפען סטיקער עס שטייט נור בית יסף נישט שחיטת)


וואס איז KG ?

KG=Kelber Glad
ביי דיפאלט פארקויפן זיי אויך 'נישט' גלאט, נאר זיי האבן די אפציע פון גלאט ביי קעלבער פלייש פאר די פרומע

זיי אזוי גוט זיי מסביר בפרטיות
איך פארשטיי גוט?
בדרך כלל איז די קעלבערנע פלייש וואס "אונזערע" בוטשערס פארקויפען נישט גלאט נור דאס וואס "זיי" באצייכענען KG איז גלאט

אקוראט. גוט פארשטאנען.

לויט וויאזוי איך פארשטיי (קען זיין איך בין מיך טועה) איז אזוי. ביי בקר איז דער רמ"א מקיל במיעוך ומשמוש, און דער ב"י איז מחמיר.

אבער ביי עגלים, וה"ה בגדיים וטלאים, איז אפילו די רמ"א מחמיר שאין למעך כלל, עיין לשון הרמ"א יו"ד סי' ל"ט סעיף י"ג. ולפי דעת הפרי חדש והתבואת שור אפילו אחר שנתו אין להקל. וכמדומה שכן נוהגין למעשה.

במילא ווען איך וויל זאגן אויף בקר אז ס'איז גלאט, רופט מען דאס קעלבער גלאט אלס שם המושאל, דהיינו כיוון שבעגלים לא שייך בכלל סירכא כנ"ל.

משא"כ ביי קעלבער גופא, איז איבריג צו שרייבן גלאט, ווייל ס'איז בכלל נישט שייך אנדערש, איז גענוג אז ס'שטייט אויפן סטיקר סתם veal.

אדרבא, אויב איך בין מיך טועה, תעמידנו על האמת, וייש"כ
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re: שחיטת בית יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

פארוואס זענען אסאך אשכנזים מחמיר ביי דעם ווי די ב"י? סתם אלץ שיינע חומרה אדער יש פוסקים שפסקו בזה כהב"י?
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”