ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ווי בדרך אפשר האט שוין געשריבן. נישט אלע סוער פאמפס קענען באהאנדלען ווייפס. און די גריינדערס קענען עס נישט צומאלן

ס'זענען דא אפאר סארטן פלאשעבל ווייפס. די וואס זענען בייאדיגרעידעבל (אדער סעפטיק סעיף אויב ס'איז דא אזאנס) קען נישט גענוצט ווערן אום שבת לויט קיין שום שיטה און זענען ווייט נישט אזוי פאפולער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: אפשר א קליינטשיג מיסט קאסטן מיט א דעקל אין יעדע שטיבל ?

נאר דאס נישט, איך בעט ענק...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

די עצה איז צו אינסטאלירן א פאמפ וואס מען קען ארויפשלעפן מיט הענט און אויסזויבערן, און דארפן רופן א פלאמבער פאר דעם.

א איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער ארבעט דערויף.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

איך האב שוין מיטגעהאלטן צוויי פעלער ווי אזעלכע סוער פאמפס זענען געווען פארשטאפט פון פרעש-ווייפס, די פלאמבערס האלטן נישט ביים אויפשטאפן די פאמפ, אנשטאט האבן זיי געזאגט אז די מאטאר איז פארברענט און מען דארף א נייע פאמפ, איינס האב איך אליינס אויפגעשטאפט, און די אנדערע האט יענער באטראפענדער אוויפגעשטאפט די פאמפ נאך מיין עקספיריענס און עס האט פיין געארבעט ווייטער, דשאסט סעיאינג.
א"ר יוחנן לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי ישראל, ולא לקראת מלכי ישראל בלבד, אלא אפילו לקראת מלכי עכו"ם, שאם יזכה יבחין בין מלכי ישראל למלכי עכו"ם.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

די פאקט איז אז פרעש ווייפס איז די גורם פון פארשטאפּטע פייפס און פאמפס. מען קען נישט אנפאנגען מיט קיינע אויסנאמען און ממילא זאל מען בכלל נישט פלאשן ווייפס.
און די אלע אויבער חכמים וואס הערן זיך נישט צו, זענען גורם אז אחינו הפלאמערס זאלן מאכן פרנסה און די שולען זאלן באצאלן.

דער וואס זאגט אז איך וועל נאר פלאשן איין אדער צוויי ווייפס און וואס וועט עס שאטן, דערמאנט מיר פון די מעשה פון די בית החסידים אין א דארפס פלאץ וואס מען האט אוועקגעשטעלט א גרויסע פאס כדי אז יעדער זאל דארטן אריין גיסען א קליינע ביסל וואדקע א יעדער טאג כדי עס זאל זיין גענוג אויף לחיים שבת אינדערפרי.
איז געווען דארטן איינער וואס האט געטראכט אז ער האלט נישט ביים געבן קיין וואדקע, עס איז טייער, ער וועט אריין גיסען וואסער און אז יעדער לייגט דאך אריין וואדקע וועט דאך דאס ביסל וואסער וואס ער גיסט אריין נישט אויסמאכן. און אומר ועושה אזוי האט ער געטוהן ביז ווען מען איז געקומען שבת אין שול און מען האט געוואלט מאכן לחיים האט מען געזען אז די גאנצע פאס איז נאר וואסער ווייל יעדער האט געמאכט די זאלבא חשבון.
וכן לעניינינו…..
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

שטארקע פוינט !
.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

Wipes.png
Wipes.png (712.78 KiB) געזען 711 מאל
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
Wipes.png

;l;p-
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ביטע נישט פלאשן קיין ווייפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

במחילת כבוד "רב הסוער", גאנץ א שיינע ניק, אבער אן קיין אמת'ע שייכות מיט סוער, עקספיריענס מיט סוער האט איר ווי יעקל מיט'ן ספוטניק..

א סוער פאמפ אדער גריינדער קען נישט פארדייען קיין ווייפס, נישט קיין דיקע און נישט קיין "פלאשעבל", די חילוק פון יא אדער נישט פלאשעבל איז ווי לאנג עס נעמט עס זאל זיך אנרופן, אפילו מ'פלאשט איין ווייפ אויף אמאל, בלייבט ער שטעקן ביי די פאמפ / גריינדער, און עווענטועל ברעכט דער כלי אונטער, און די סוער פאנגט אן ארויפקומען..

דעריבער ווער עס וויל נישט גורם זיין צער, עגמת נפש און געלט שאדן פאר די ביהמ"ד / לענדלארד / שכנים און נאך, זאל "קיינמאל" נישט אראפ פלאשן נישט קיין פלאשעבל ווייפס, און זיכער נישט קיין געהעריגע ווייפס..
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”